קאפיטל ב’ | אינטערפעיס

צום ערשטנס פאר די וואס האבן נאך קיינמאל נישט גענוצט אינדעזיין, און זענען פארשטייט זיך אינגאנצן פארלוירן נאר עפענענדיג דעם פראגרעם, וועלמיר מאכן אביסל סדר און אפווישן די פארהויכטע גלעזער.

גלייך ווען מען עפנט די פראגרעם צום ערשטן מאל, געפינט מען זיך אינעם “סטארט ווארקספעיס” ד.מ. אז דא האט מען בעיקר פיטשערס אנצוהייבן א נייע בלאט, קודם האט מען צוויי טעבס: “ווארק” און “לערן”, ביי לערן האט מען פארשידענע לינקסט צו אדאובי’ס לעססאנס (נישט ראטזאם אנצוהייבן דערמיט), ביי “ווארק” קען מען עפענען א נייע דאקומענט (קריעט נאא), זעהן די פריערדיגע דאקומענטן (מיט א פריוויו), און אנהייבן מיט א פריסעט (א פון פריער אנגעשטעלטע דאקומענט מיט אלע סעטטינגס), עפענען א אלטע דאקומענט (אפען).

דא טוישט מען די ווארטספעיס
דא טוישט מען די ווארטספעיס

אויבן נעבן די סערטש באקס, שטייט “START” דארט קען מען אנשטעלן וואספארא פענעלס מ’וויל האבן אפען, ווי אויך קען מען אליינס אנשטעלן פריסעטס, ווי מיר וועלן שפעטער זעהן, ביי די לינקע זייט אויבן זענען די מעניוס.

לאמיר טוישן די פריסעט פון סטארט צו עסענשאלס, אזוי וועלן מיר באקומען די פאר פענעלס וואס פעלן זיך וויכטיג אויס אנצוהייבן.

אצינד האבן מיר שוין די זייטיגע “טולבאר” ביי די לינקע זייט, און די וויכטיגע פענעל’ס ביי די רעכטע זייט.

לאמיר צושטייטעלעך אדורכגיין די וויכטיגע אייקאנ’ס פון דעם “טולבאר”:

די ערשטע צוויי עראוס, זענען די סעלעקשאן טולס, די ערשטע איז די נארמאלע סעלעקשן טול (וואס מען קען באקומען דורכן דרוקן V, און ווען מ’איז אין א טעקסבאקס און V וועט פשוט טייפן א V ברויך מען דרוקן “עסקעיפ [ESC]”),  מיט די טול סעלעקט מען אלעס, מען קען ריסייזן באקסעס און בילדער וכדו’. די צווייטע טול, איז די “דיירעקט סעלעקשן טול” וואס מיר וועלן שפעטער מער מפרש זיין, (די שארטקאט איז A).

לאמיר אויסלאזן די קומענדיגע צוויי און גיין צום פינפטן: די “טייפ” טול. אויב דרוקט מען אביסל לאנג אויפן טול ברויך מען זעהן א פאפ אפ פון פיר טולס: “מי טייפ טול”, “מי טייפ אן עי פעדז טול”, “טייפ טול”, “טייפ אן א פעדז טול”, (אויב זעהט מען נישט די “מי” טולס ברויך מען איבעראינסטאלירן די פראגרעמ’ס ווי ערוועינט און דעם ארטיקל. די ערשטע צוויי זענען פאר אידיש – לשה”ק, די צווייטע צוויי זענען פאר ענגליש. ווען מען דרוקט דעם לעטטער T באקומט מען אויטאמאטיש דעם טייפ טול.

טייפ טול אפציעס
טייפ טול אפציעס

אצינד לאמיר עפענען א דאקומענט און טייפן!

דרוקט CTRL + N אדער גייט צו די פייל מעניו און סעלעקט נאָ > דאקומענט, לאמיר דרוקן אקעי.

אפס, ס’טייפט זיך נישט (כא’געוויסט אז ווארד איז אסאך בעסער, מ’קען גלייך טייפן נארמאל…), איז אזוי: אין אינדעזיין ברויך מען קודם מאכן א “טעקסטבאקס” און נאכדעם טייפט מען אינעם באקסל, צו מאכן א טעקסטבאקס, קליק און דרעג מיט די מייזל ווי גרויס די ווילסט די באקס זאל זיין, לאז אויס דעם מייז’ל, און דער קורסער בלינקט אויבן ביים רעכטן זייט, יעצטערט קען מען אנהייבן.

צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ, איך קום אן צום סוף באקסל, איך טייפ, איך טייפ מער, איך טייפ נאכמער, איך דרוק שטערקער, און שטערקער, און גארנישט! שטא’מער קיין פלאץ אין די קעסטל, לאמיר שנעל עסקעפן (ווייסטו וואס כ’וועל דיר יא אויסזאגן: אויב האלט מען אן דעם קאנטראל קי, באקומען מען דעם פארשווארצטן עראו און אז מען דרוקט אויפ’ן באקס’ל קען מען מאכן פון אים א לאנגס און א ברייט’ס!) און דרוקן אויפ’ן קעסטל און אים פארברייטערן לפי הצורך.

טוישן צו היברו
טוישן צו היברו
אווערסעט טעקסט
אווערסעט טעקסט

הערה: זיך ארומצושפילן, רייט קליק, דרוקט פיל וויט פלעיסהאלדער טעקסט. (אויס פילט זיך עס אן מיט אראביש, סעלעקט היברו).

ווען עס איז דא “אווערסעט טעקסט” ד. מ. ווען מ’טייפט מער וויפיל ס’גייט אריין אינ’ם קעסטל, וועט ליגט א רויטע פלאס אונטן ביים לינקן זייט פונ’ם באקס, אויב וויל מען לייגן די איבריגע אויף א אנדערע בלאט, קליקט מען אויפן רויטן קעסטל, די מייזל ווערט אנגעפולט מיט טעקסט, און מען מאכט א נייע טעקסטבאקס אויפן קומענדיגן בלאט, און עס ווערט אליינס אריינגעפילט מיט די אווערסעט טעקסט.

וואס הייסט?! אויב מאך איך א ספר פון פינעף טויזענט פעידזשעס וועל איך מוזן מאכן 5000 טעקסטבאקסעס?!

די ענטפער איז ניין, און מיר וועלן עס עקספלעינען ביים “א נייע בלאט” ארטיקל.

וויאזוי טייפט מען רינדעכיג? (אז איך הייב שוין יא אן לאמיר כאטש מאכן די אינוועטעישאן פאר מיין ברודער).

גיב מיר א שעה, איך וועל דיר שוין ווייזן, קודם לאמיר גיין ווייטער אביסל.

די ליין טול: פטושו כשמשעו, מאכן א גראדע ליין. (אויב כאפט מען אן שיפט, ווערט עס “עכט גראד” אדער “עכט שיעף”).

די נעקסטע אין די ליין (כמיין נאך די ליין טול):

“די שרעק אנווארפענדע פען (פעדער) טול”: דאס פאדערט זיך א עקסטערע שמועס.

דערנאך איז די פענסיל, מיט וואס מען קען שרייבן וכו’ (עס איז גרינגער צו שרייבן מיט א פעדער אויף פאפיר…).

ווי האמיר געהאלטן? די צוויי פרעים טולס: די ערשטע (און אויך די צווייטע…) איז די פרעים טול, און די צווייטע (און אויך די ערשטע…) איז בעסיקלי די באקס טול, עפעס אזוי כ’קענישט צוזאגן, אבער די ביידע טול’ס קען מען נוצן: צו מאכן סתם באקסעס, באליס, סטארס וכו’, צו אריינפעיסטן בילדער דערין, צו אריינפעיסטן טעקסט דערין (מען סעלעקט דעם טייפ טול און ווען מ’גייט העכער די נייע באקס, ווערט די מייז אזוי רינדעכיג, דעמאלס גיבט מען א שטארקע [שוואכע ארבעט אויך] קליק און מטייפט – פעיסט), צו סתם מאכן שרעקעדיקע רויטע שרייעדיגע באקסעס; צוצוקומען צו די באליס און סטארס, דרוקט לאנג אויפ’ן טול; (דרוקט F פאר אינסטענט עקסעס צו די באקס טול).

די שערל: צו צושניידן די באקסעס וואס מיר האבן פריער געמאכט. סעלעקט קודם די באקס מיטן סעלעקציע טול (V) און דריקט C פאר’ן שערל און גיבט א קליקע צו שניידן.

בעסיקלי די נעקסטע וויכטיגע טול פאר יעצט איז די “אויגן טראפפער טול” (איידראפפער – פארמעט פעינטער) גיבט א לאנגן דרוק און סעלעקט דעם צווייטן אן די קעסטלעך, (אדער דרוקט (I – איי).

די האנט איז פארשטענדליך צו ארום-שלעפן (פראביר עס אליינס אויס), האלט אן דעם ברייטן ספעיס (נישט ווען די ביסט און א טעקסטבאקס…) צו ארומשלעפן אן די פליי.

ווי אויך די פארגרעסערונג גלאז איז סעלף פארשטענדליך. (דריקט אלט צו פארקלענערן), אדער כאפ אן די Z קנעפל צו זאאמן.

צום ווידערזעהן בקרוב ממש.

20+

קאפיטל א’ | אינסטאלירן די פראגרעמס

לאמיר אנהייבן פון א’!

אינסטאלירן די פראגרעמס;

די בעסטע און גראדסטע וועג איז צו גיין צו אדאובי’ס וועבזייטל און קויפן א מעמבערשיפ, דאס ברויך מען באצאלן חודש’ליך.

דא קען מען זעהן אלע פלענס

די פראס זענען: מען ווערט כסדר אפדעיטעד מיט נייע פיטשערס וכדו’, מען קען נוצן טייפקיט פאנטס, ועל כולם די ק”ק (קריעטיוו קלאוד – אזוי ווערט אנגערופן די נייע ווערסיע פון די אדאובי עפפ’ס) לייברעריס וואס מען וועט זעהן די פראקטישקייט במשכ’ן ארטיקל, און אויך משום ועשית הישר והטוב.

נאר אזוי ווי עס קאסט ליידער אסאך געלט, קען מען גיין צו א לאקאלע טעקניקער און ער וועט עס לכאורה קענען אינסטאלירן איינמאל פאר אלעמאל. אדער קען מען קויפן א פריערדיגע ווערסיע, וואס איז נישט קיין מעמבערשיפ נאר אן איינמאליגע באצאלונג, אבער מיר וועלן רעדן פון “סי סי (קריעטיוו קלאוד)” וואס האט מער פיטשערס ווי די פריערדיגע ווערסיעס.

פאר א פאר טאג, קען מען האבן ביידע, די נייע אבער בחנם, אינ’ם ביזנעס וועלט ווערט עס אנגערופן “א פרי טרייעל”!…

די סדר וויאזוי עס ארבעט ווען מען קויפט איז, אז מען דאונלאוד די “קריעטיוו קלאוד” דעסקטאפ אפליקאציע, מען סיינט אריין, און פון דארט אינסטאלירט מען אלע פראגרעמס וואס מען וויל.

דאונלאוד די דעקסטאפ אפליקאציע
דאונלאוד די דעקסטאפ אפליקאציע
פון דא אינסטאלירט מען די פראגרעמס
פון דא אינסטאלירט מען די פראגרעמס

 

מ’ברויך זיכער מאכן פאר מען אינסטאלירט די פראגרעמס, אנצושטעלן דעם דעסקטאפ אפליקאציע, פאר היברו סופפארט, אויב האט מען שוין אינסטאלירט פראגרעמס פאר’ן אנשטעלן, וועט מען עס דארפן איבעראינסטאלירן נאכן אנשטעלן צו היברו.

אזוי שטעלט מען אן צו לשה"ק - אידיש
אזוי שטעלט מען אן צו לשה”ק – אידיש

איינמאל מען איז מסודר מיט’ן אינסטאלירן, קען מען גיין ווייטער, און זעהן אביסל וויאזוי די פראגרעם קוקט אויס פון אינעווייניג.

 

15+

פארווארט

…ער דערוועקט זיך פלוצלונג, די קאפ קלאפט ווי מיט האמערס, עס וועגט ווי בליי, עס איז הארט ווי א שטיין, עס איז פארשטאפט ווי א ספאנדזש, די זון שיינט אריין אין זיין אויגן מיט א שטארקייט ער האט אפילו נישט קיין כח צו ריקן די פורהאנג, אפילו די פליגן און מאסקיטן ווייסן אז ער איז יעצט שוואך והא ראי’ זיי באזעצן זיך אויף זיינע אויערן איינע נאך די צווייטע… צוביסלעך האט ער זיך אנגעהויבן דערמאנען וואס ווען ווי…

די מעשה האט זיך אנגעהויבן עטליכע חדשים פריער, זיין טאטע אן ערנסטער תלמיד חכם האט זיך דערמאנט אין זיינע חידושים וואס הויפענען זיך אן אין קעלער, און ווערן נאר מער און מער פארשטויבט פון טאג צו טאג,

מען מוז אנהויבן זעהן תכלית האט אים זיין טאטע געזאגט, עס איז ממש א שאד פאר די וועלט אז זיי קענען נישט נהנה זיין פון די חידושים.

נו וואס זאל איך טון פרעגט ער דעם טאטן.

וואס הייסט וואס? גיב עס אריין צו איינעם אפצוטייפן און נאכדעם העמער ווייטער זעהן.

געזאגט און געטוען, נאך עטליכע טעג האבן אנגעהויבן אריינצושטראמען געדריקטע בלעטער אין אימעיל, אינאיינעם מיט געשוואלענע בילס…

מהאט זיך אנגעהויבן נאכפרעגן אויף דרוקערס, און אויסשטעלערס אבער דארטן איז מען געבליבן שטעקן, מהאט פשוט נישט געהאט די פאר דאלאר…

אבער פטור בלא כלום אי אפשר, מילא ווען מ’מיינט זיך, איז איין זאך, אבער מען קען נישט קארגן אויף יענעמס חשבון, די וועלט מוז דאך זען די חידושים, הייבט מען אן אליינס צו פראבירן עפעס טון, ווארד קען דאך יעדער, הייב מען זיך אן ארומצושפילן מ’פרעגט דעם און יענעם, וועלכע פאנט, ווי גרויס און ווי קליין אא”וו.

און דאס איז געווען נעכטן ביינאכט  ביז 4 אזייגער, מען האט געדארפט אריינברעגען א בילד און עס האט געהאלטן און איין טאנצן פון אויבן ביז אונטן און דערנאך צו א צווייטע בלאט, ביז ער איז אריינגעפאלן איז בעט אנע כח, פארצווייפלט, גענוג געפלאגט, שוין לאנג געהערט אז די קאמפיוטער איז די גרעסטע חורבן אפילו בגשמיות, שוין באקומען די לעקציע!

אע”כ האמיר באשלאסן אויסצוהערן די שטילע געשריי פון די פארווייטאגטע אידן און מיר וועלן פרובירן אביסל ארויסצוהעלפן

אויסצושטעלן ספרים אין וואר… אוי ניין… אין אינדעזיין.

פאר מתחילים (נישט נאר פאר זיי, נאר אפילו מתחילים וועלן פארשטיין…)

הצלחה רבה. לעטס גאו!

פרטים באים!


נ.ב. איך בין נישט די גרעסטע אינדעזיין טשעמפיאן, איך וועל פראבירן שרייבן וויפיל איך ווייס, אויב איינער האט סיי וואספארא הערה, הגה, הוספה, ווערט ער געבעטן צו שרייבן אין די קאממענטס, אדער שיקן א מעסעדזש דא. – א גרויסן ייש”כ

שטיצט אונז דורכן קויפן אויף עמעזאן מיט די לינק, ייש”כ

8+