קאפיטל ח’ | געבלומטע העדערס

אצינד לאמיר זיך נעמען איבער די פרקים,
מיר ווילן לייגן אזעלכע שיינע בלומעלעך ביי די זייטן פון די ווערטער “פרק וכו’ “.
אבער מיר ווילן פארשטייט זיך נישט דארפן אריינפעיסטן ביי יעדע עקסטער אזא בלומעלע, אשר על כן העמיר פראבירן צו ווייזן צוויי מהלכים דערצו, וואס איז אונז לעצטנס אויסגעקומען צו דערשנאפען בעז”ה, ביים פראבירן ארויסצוהעלפן א חשובע מיטגליד אונזערע.
פום צינטל. האמיר דא א רעכטע זייט מיט א לינקע זייט, די לינקע זייט איז זייער גרינג, נאר די רעכטע איז אביסל מער קאמפליצירט ווי שפעטער געמסבירט, העמיר אויף דעם האבן צוויי וועגן.
און ווער עס האט א בעסערע מהלך, ווערט אויפגעפאדערט עס מיטצוטיילן מיטן עולם, והוא רחום וגו’.
שוין גענוג גמקדימ’עט, לאמיר מער אריינקריכן אינם סוגיא, קודם לאמיר דאונלאודן א שיינע פאנט (יא א פאנט – און נאך בחנם) וואס וועט דינען אלס די שיינע בלומעלעך.
דא האט הרב קנאפער ידען צוגעוויזן שיינע פאנטס,
מיר וועלן נוצן Wingdings 2.

***

קאפירן א סטייל
קאפירן א סטייל

די פראבלעים איז אז די פרקים שטייען אינאיינעם מיט די נאמען פון די פרק,
כדי דאס דורך צו שוויצן, לאמיר צום ערשט מאכן א קאפי פון די העדער סטייל און עס אנרופן פרק.
דערנאך לאמיר גיין צום פאריגן העדער סטייל און אראפנעמען ביי די Keep Options די אפציע וואס צווינגט דעם גרויסן העדער זיך אנצוהייבן אנפאנג פון א Odd פעידזש.
יעצט לאמיר נוצן א פשוטער פיינד-ריפלעיס, סערטשט פאר א “ספעיס דעש ספעיס” פון די אלטע העדער סטייל, און ריפלעסט מיט אן ענטער, דערנאך לאמיר מאכן נאך א סערטש פאר די ווארט “פרק” מיט די אלטע סטייל, און ריפלעיסן מייט די נייע סטייל.

קיעפ אפציעס
קיעפ אפציעס
צוטיילן די פרק העדער אין צוויי
צוטיילן די פרק העדער אין צוויי
טוישן די פרק סטייל
טוישן די פרק סטייל

יעצט לאמיר מאכן די סייז פון די פרק סטייל פאר 25 און פארשטייט זיך אז די Keep Options זאלן ביי דעם יא בלייבן.

אצינד למעשה, לאמיר צולייגן די שיינע בלומען!
די ערשטע זאך לאמיר אויסקלויבן א שיינע דעזיין, העמיר עפענען דעם “גליפ’ס” פענעל און אויסקלויבן דעם Wingdings 2 פאנט, און זוכן א שיינע בלום, גיב אזא דאבל קליק עס אריינצופעסטן ווי די מייז געפונט זיך.

די גליפס פענעל
די גליפס פענעל
די גליפס פענעל
די גליפס פענעל

פאר די רעכטע זייט וועלמיר האבן צוויי וועגן,
איין וועג איז צו אריינפעיסטן דער בלום בעפארן פערעגרעף, די פראבלעים איז אז אפילו איך קען טרעפן די פלאץ דורך “פיינד” קען איך אבער נישט אריינפעיסטן, ווייל איך ריפלעיס נישט גארנישט.
אע”כ מוז מען נוצן א “גרעפ קאוד” וואס מאכט אזוי ווי א קאפי פון די גאנצע שטיקל, און ריפלעיסן מיט די בלום + די גאנצע שטיקל.
אלזא לאמיר מאכן א קערעקטער סטייל פאר די שטיקל.
מיר וועלן עס אנרופן Flower,
די פאנט Wingdings 2 די סייז 18 און שוין.

די בלום סטייל
די בלום סטייל

יעצט לאמיר אפפלייען די סטייל צו די בלום וואס מיר האבן אויסגעפיקט.
אצינד עפנט דעם פיינד ריפלעיס קעסטל, לאמיר גיין צו גרעפ, ביי פיינד לייגט אריין

^(.+?)$

און ביי ריפלעיס לייגט אריין

~c $1

נישט פארגעסן ביי פיינד פארמאט זאל זיין נאר די “פרק” פערעגרעף סטייל.

די רעכטע בלום
די רעכטע בלום

יעצט ברויך מען סעלעקטן דעם בלום, און אריינקליקן אינם גרויסן טעקסטבאקס , און דרוקן “טשענדזש אלל”!

רעכטע!
רעכטע!

אלע אינסטרוקציעס מוזן זיין פונקטליך, אז נישט קען זיך מאכן פראבלעימען, אבער בפשטות ברויך עס ארבעטן.

יעצט לאמיר סעיוון דעם גרעפ ביים קוועטשן אויף דעם עררא וואס ליגט אויבן פונ’ם פיינד-טשענדזש קעסטל, און עס גיבן א נאמען “רעכטע בלום” וכדו’.
לאמיר אריינלייגן די לינקע בלומעלע ביי די ערשטע פרק און עס מאכן פאר די בלום סטייל, יעצט לאמיר עס קאפיען צוזאמען מיט’ן ענטער, וויאזוי?, לאמיר אריינקליקן גלייך נאך די אות פון די פרק, און שלעפן מיט די מייז די ספעיס, די בלום, און ווייטער ביז די סוף שורה, עס זאל זיין סעלעקטעד אזוי ווי א ספעיס נאך די בלום, וואס די ספעיס איז באמת די ענטער, יעצט לאמיר עס אריינפעיסטן אין די ריפלעיס באקס, ביי פיינד לייגט מען א “ענד אף פערעגרעף ווי פריער דערמאנט”, יעצט ביי פיינד פארמאט לייגט מען די פרק סטייל, און ביי ריפלעיס, די בלום סטייל,
“טשענדזש אלל”.

די לינקע בלום
די לינקע בלום

יעצט קען מען מאכן א פיינד ריפלעיס, סערטש פאר א ספעיס, פיינד פארמאט – פרק. רפלעיס פארמעט – קערעקטער סטייל, None, פערעגרעף סטייל, פרק.
עד כאן אומרים בשבת הגדול.
די צווייטע וועג איז:
פשוט, צו מאכן דעם העדער פאר א באלעט ליסט, און טוישן די באלעט צו די בלום, און דערנאך מאכן די לינקע אזוי ווי פריער.!

א ליסט
א ליסט
7+

2 Replies to “קאפיטל ח’ | געבלומטע העדערס”

  1. ייש”כ פאר די געוואלדיגע ארבעט

    איך האב געוואלט וויסן
    אויב מען קען באקומען א
    PDF
    פון די פרקים

    א גרויסן שכוח

    1+

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *