קאפיטל י״א | חלונות ח״ב

קאפיטל י״א | חלונות ח״ב

זעמיר צוריק דא מיטן צווייטן חלק וויאזוי צו מאכן הערליכע חלונות אין אינדעזיין.
צום ערשטנס לאמיר עפענען א נייעם בלאט, גיב אים א גוטע פאר זייטן, צו קענען זען קלאר די געשמאקייט פון די מהלך, מאך זיכער צו טשעקן דעם ״פריימערי טעקסט פרעים״ קעסטל, גיב אים א מארדזשין ככל מה שלבך חפץ, און דרוק OK.

פשוטע ספר סטייל
פשוטע ספר סטייל

קליק אריין אינם באקסל, רייט קליק, וועל אויס ״Fill with placehlder text״ אבער מאך זיכער פארדעם אז די שפראך איז אנגעשטעלט אויף ״היברו״, דאס וועט אנפולן די גאנצע. מעשה מיט רענדאם ווערטער וואס איז פונקט פאסיג פאר אונזער לעקציע.

אצינד לאמיר סעלעקטן די גאנצע מעשה (story) און אפעלירן א פערעגרעף סטייל דערצו, לאמיר אים פשוט אנרופן “pharagraph” און בלויז גיבן א שיינע רעגולער ווילנא פאנט מיט א שיינע סייז, אביסל דזשאסטיפיי און ספעיסינג, עס זאל אויסקוקן ווי א ספר,

לאמיר סעיוון דעם סטייל און גיין צום קערעקטער סטייל פאנעל, עפן א נייע סטייל גיב אים בלויז א ווילנא באלד פאנט, סעיוו אים אלס חלון, און דאס איזעס.

חלון סטייל
חלון סטייל

גיימיר צוריק צום פערעגרעף סטייל, קליק אויף ״דראפ קעפס און נעסטעד סטיילס״, מאך א נייע נעסטעד סטייל, חלון, ביז איין ווארט, און מיר זענען פארטיג מיט די סטייל אויך.

די פערעגרעף סטייל
די פערעגרעף סטייל

יעצט לאמיר גיין צום עיקר, זאאם אריין ביים אנהייב פון ערשטן פערגרעף, וועל אויס די פרעים טול (f) מאך א שמאל-און-הויכע קליינע קעסטעלע (זע בילד), עפן אויף די ״טעקסט רעפ״ פענעל, וועל אויס די צווייטע אפציע פון לינקס, גיב אים אפאר פויטס אויף אראפ בערך אזוי הויעך ער זאל זיך אביסל אריינשטעקן אין די צווייטע שורה, אבער נישט צופיל (ווייל עס וועט מאכן פראבלעימעם אויב איז נאר דא איין שורה אין א פערעגרעף), און צום לעצט שטעל אן ער זאל זיך רעפן צו לינקס.

די קליינע אבדזשעקט
די קליינע אבדזשעקט

לאמיר אויספראבירן צו עס איז גוט אנגעשטעלט, קאט דער אבדזשעקס (ctrl x) קליק אריין בעפאר ס׳צווייטע ווארט פונם פערעגרעף, און פעיסט, יעצט דארף עס ווערן א חלון…

די טעקסט רעפ אפציעס
די טעקסט רעפ אפציעס

אויב איזעס גוט קען מען גיין ווייטער, אויב נישט קוק איבער די בילדער און מאך זיכער אז אלעס איז גוט אנגעשטעלט.

והנה חלון
והנה חלון

לאמיר אננעמען אז אלעס גייט כשורה ביז דערווייל, העמער זיך נעמען צום עיקר, עפנט אויף דעם ״פיינד ריפלעס ווינדאו״ ctrl + f, גייט צו ״גרעפ״, און די פיינד פיעלד לייגט אריין די בוכשטאבן:

^(.+?\s)

און די ריפלעיס פעילד לייגט אריין די אותיות:

$1~c
די פיינד ריפלעיס אפציעס
די פיינד ריפלעיס אפציעס

וועלט אויס ער זאל זוכן אונעם גאנצן סטארי, אדער דאקומענט, ביי פיינד פארמאט, וועלט אויס די פערעגרעף סטייל, יעצט קאפי די אבדזשעקט וואס מיר האבן פריער געמאכט, און דרוקט ״טשענדזש אלל״, עס וועט זיך נעמען פארן שטיקל ביי שטיקל און פאבראצירן די חלונות, נאך א קורצע צייט וועט ארויפקומען א קעסטל אז ער איז פארטיג, און וויפיל חלונות ער האט געמאכט.

דאס איזעס וועל דאן!
דאס איזעס וועל דאן!

יעצט ברויך מען פשוט סעיוון דעם גרעפ צו האבן פאר קומענדיגע מאל, אויבן פונעם זוכן קעסטל איז דא אזא דראפדאון וואס יעצט שטייט Custom נעבן דעים איז דא אן עררא אויף אראפ צו אנדייטן דעם סעיוו פונקציע, דרוקט דערויף און גיבט עס א שיינעם נאמען.

סעיוון דעם חלון פריסעט
סעיוון דעם חלון פריסעט

צו אראפנעמען א חלון, מעקט מען פשוט אויס דעם אבדזשעקט, און אויב ווילמען צולייגן איינס, קען מען קאפי פעיסטן פון א צווייטע פערעגרעף.

נעמט און אכט אז די גאנצע פראסעס ברויך געמאכט ווערן איינמאל אלע טעקסט ליגט שוין אין די סטארי, אויב נישט וועסטו דארפן איבערמאכן די פראסעס און עס וועט ליגן מער ווי איין אבדזשעקט פער חלון, אויב איז דאס די מעשה, זע צו מאכן גאר א שמאלע אבדזשעקט, כדי עס זאל נישט ווערן גאר א ברייטע ספעיס צווישן די חלון און די צווייטע ווארט.

אהה... יעצט קען מען לערנען דערין
אהה… יעצט קען מען לערנען דערין

די מעלה פון די מהלך איז אז מען קען טוישן די סטייל וויאזוי מען וויל און אלעס טוישט זיך אויף איינמאל, און אז מען דארף נישט שטיין און אפלייען סטיילס שטיקל ביי שטיקל, פון די אנדערע זייט איז אביסל מאדנע אז מען לייגט אריין א אבדזשעקט אינמיטן א שטיקל…

 

 

10+

קאפיטל י’ | חלונות ח”א

חלונות חא

א גוטן, נאכן נעמען א שטיקל חול המועד, לאמיר זיך צוריקקערן צו אונזער שיעור:

לאמיר קודם גיין מיטן צווייטן מהלך, די מהלך פון Drop Caps.

ווען מען גייט מיט די מהלך וועט מען דארפן האבן אן עקסטערן סטייל פאר יעדן מספר פון אותיות, דהיינו א ווארט פון 4 אותיות וועט האבן א עקסטערן סטייל פון א ווארט פון 5 אותיות.

לאמיר אריינדרוקן אינם ערשטן פערעגרעף, און מאכן א קאפי פונם פערעגרעף סטייל, העמיר אים גיבן א נאמען dropwords, לאמיר עפענען די סטייל, גיין צו Drop Caps and Nested Styles טעב און גיבן א DropCap פון הויעך צוויי שורות, אותיות, לאמיר דרוקן ארויף אפאר מאל ביז מ’זעהט אז די גאנצע ערשטע ווארט פונם שטיקל איז גרויס געווארן (אויב זעהט מען נישט לייוו, איז א סימן אז די לייוו Checkbox אונטן ביי די לינקע זייט פונם קעסטל, איז אויסגעלאשן, צינד עס ביטע אן) נאכדעם דרוקט מען נאך איינמאל דעם ארויף קנעפל, כדי צוצולייגן אויך דעם ספעס נאכן ווארט.

חלון פערעגרעף סטייל
חלון פערעגרעף סטייל

יעצט דארף מען פארקלענערן דאס ריזיג ווארט און אים ארויף רוקן ער זאל זיין גלייך מיטן ערשטן שורה, לאמיר בלייבן אינם דראפקעפ קעסטל און דרוקן אויף די קערעקטער סטייל dropdown און סעלעקטירן New Character Style, לאמיר אים רופן dropwords און דרוקן Ok עטליכע מאל ביז אלעס איז פארמאכט.

יעצט לאמיר עפענען דעם dropword – Character Style און מאכן זיכער אז די פריוויו איז אנגעצינדן, לאמיר פארקלענערן די סייז, ביז עס קוקט אויס גלייך צו די אנדערע, לאמיר אים אויך מאכן באלד, יעצט לאמיר גיין צום  Advanced Cahracter Format און ארויפרוקן דעם Baseline Shift א שיינע פאר נומערן, ביז מען דערזעט זיך מיט אן הערליכן חלון!

חלון קערעקטער סטייל
חלון קערעקטער סטייל
חלון קערעקטער סטייל 2
חלון קערעקטער סטייל 2

יעצט דארף מען פשוט מאכן אסאך פערעגרעף סטיילס פאר יעדע סכום אותיות (נקודות זענען אויך אותיות, און דאס מאכט אביסל שווער צו ציילן) און אפלייען די סטייל שטיקל ביי שטיקל…

מען קען זיך אביסל גרינגער מאכן, דורך צולייגן א שארטקאט, למשל Ctrl + 1 די 1 פון די זייטיגע פעד, נישט פון די אויבערשטע נומערן, און מאכן לפי סדר; א שטיקל מיט 5 אותיות זאל זיין CTRL +5 וכו’ וכו’, נישט פארגעסן צו אינקלודן די נעקסטע ספעיס.

חלון סטייל שארטקאט
חלון סטייל שארטקאט

די פראבלעים פון די מהלך איז זייער קלאר: עס וועט נעמען עטליכע וואכן מיט אסאך מאטרין, צו גיין שטיקל ביי שטיקל, הגם עס איז דא א טריק דערצו, נוצן מיר די מהלך נאר ביי קליינע ברכות’לעך וכדו’ וואס מען דארף נאר צוויי דריי חלונות, אבער אוודאי נישט ביי קיין ספרים.

5+

קאפיטל ט’ | חלונות

די לופט איז געדעכט, די אטעם שטיקט, טונקל, פארכמורעט…
ביז עס קומט א קלוגער איד און עפענט די פענסטער. אה די זון שיינט אריין די אויגן עפענען זיך, די לונגען פארברייטערן זיך… ס’דא לופט!

לאמיר אביסן רעדן וועגן חלונות, דאס איז די מהלך וואס די סידורים און שיינע ספרים זענען אויסגעשטעלט, אז די ערשטע ווארט איז גרויס, און אונטער דעם איז דא א ליידיגע פלאץ, וואס ווען און וויאזוי.
די חלונות געפונען מיר אין אלטע ספרים, ס’דא וואס זאגן אז עס איז געמאכט געווארן ווייל מען פלעגט אמאל נוצן אזעלכע פארעמס פון אותיות, (אזוי ווי די זיגל וואס מען קען אליינס מאכן ווערטער), און אזוי ווי די ערשטע ווארט איז געווען גרעסער, האט נישט אריינגעפיט קיין אותיות ביי די נעקסטע שורה אונטער דעם, אדער איז דא וואס זאגן אז עס איז געמאכט געווארן מ’זאל זעהן אז עס איז א נייע שטיקל, אבער וואס איז זיכער איז זיכער אז עס איז א הערליכע זאך און עס גיבט אריין זון און לופט אין א ספר.
העלמיר האבן דריי מהלכים, יעדער האט זיך זיינע מעלות און חסרונות, וואס מיר ווייסן און וואס נישט…
מיר וועלט קודם איבערגיין בקיצור אלע וועגן, דערנאך וועלמיר פראבירן מסבירן באת בנך את יחדך אשר אהבת.
די ערשטע און גרינגסטע אבער טייערסטע… איז דורך א Plugin עס איז דא א פירמע In-Tools זיי מאכן פארשידענע פלאגאינס און סקריפס פאר געלט און בחנם, האבן זיי א פלאגאין פאר נישטיגע $39 וואס טוט די גאנצע ארבעט, זיי געבן א פרי טרייעל פאר אפאר טעג.
די גוטע זאך איז אז זיי טוען די גאנצע ארבעט, די נישט גוטע זאכן: עס קאסט געלט, עס ארבעט נישט אין די לעצטערע ווערסיעס, און נאך.

די צווייטע וועג איז א שווערע און לאנגע וועג אבער עס איז מער סימפל.
עס ארבעט מיט Drop Caps דהיינו מען מאכט א דראפ קעפ אזוי גרויס ווי די ערשטע ווארט מיט די ספעיס נאכדעם, (ד.מ. איין נומער מער ווי די לענג פון די ערשטע ווארט), און נאכדעם מאכט מען עס קלענער, און מען רוקט עס ארויף מיט “בעסליין שיפט”.
די פראבלעים איז אז מ’ברויך מאכן עקסטערע סטיילס פאר יעדע סכום פון אותיות, און אפלייען עקסטער אויף יעדע פאראגראף (אדער דורך א קאמפלעצירטע וועג). אזוי אויך קען ווערן פראבלעימען אויב שטעלט מען אן די פרעים אויף Justify.

די דריטע אונזעריגע מהלך, איז אביסל מאדנע, אבער שנעל און גרינג און פשוט.
מען פעיסט אריין (מיט א גרינגע פיינד\טשענדזש) א פיצי באקסעלע נאך די ערשטע ווארט, און דורך “טעקסט רעפ” מאכט מען אז אונטער די ערשטע ווארט זאל נישט זיין קיין ווערטער, די פראבלעמען פון די מהלך האב איך נאכנישט געטראפן…

אזוי ווי עס וועט זיין אביסל א לענגערן ארטיקל, וועלמיר עס צוטיילן אין עטליכע חלקים ואתכם הסליחה

10+

קאפיטל ח’ | געבלומטע העדערס

אצינד לאמיר זיך נעמען איבער די פרקים,
מיר ווילן לייגן אזעלכע שיינע בלומעלעך ביי די זייטן פון די ווערטער “פרק וכו’ “.
אבער מיר ווילן פארשטייט זיך נישט דארפן אריינפעיסטן ביי יעדע עקסטער אזא בלומעלע, אשר על כן העמיר פראבירן צו ווייזן צוויי מהלכים דערצו, וואס איז אונז לעצטנס אויסגעקומען צו דערשנאפען בעז”ה, ביים פראבירן ארויסצוהעלפן א חשובע מיטגליד אונזערע.
פום צינטל. האמיר דא א רעכטע זייט מיט א לינקע זייט, די לינקע זייט איז זייער גרינג, נאר די רעכטע איז אביסל מער קאמפליצירט ווי שפעטער געמסבירט, העמיר אויף דעם האבן צוויי וועגן.
און ווער עס האט א בעסערע מהלך, ווערט אויפגעפאדערט עס מיטצוטיילן מיטן עולם, והוא רחום וגו’.
שוין גענוג גמקדימ’עט, לאמיר מער אריינקריכן אינם סוגיא, קודם לאמיר דאונלאודן א שיינע פאנט (יא א פאנט – און נאך בחנם) וואס וועט דינען אלס די שיינע בלומעלעך.
דא האט הרב קנאפער ידען צוגעוויזן שיינע פאנטס,
מיר וועלן נוצן Wingdings 2.

***

קאפירן א סטייל
קאפירן א סטייל

די פראבלעים איז אז די פרקים שטייען אינאיינעם מיט די נאמען פון די פרק,
כדי דאס דורך צו שוויצן, לאמיר צום ערשט מאכן א קאפי פון די העדער סטייל און עס אנרופן פרק.
דערנאך לאמיר גיין צום פאריגן העדער סטייל און אראפנעמען ביי די Keep Options די אפציע וואס צווינגט דעם גרויסן העדער זיך אנצוהייבן אנפאנג פון א Odd פעידזש.
יעצט לאמיר נוצן א פשוטער פיינד-ריפלעיס, סערטשט פאר א “ספעיס דעש ספעיס” פון די אלטע העדער סטייל, און ריפלעסט מיט אן ענטער, דערנאך לאמיר מאכן נאך א סערטש פאר די ווארט “פרק” מיט די אלטע סטייל, און ריפלעיסן מייט די נייע סטייל.

קיעפ אפציעס
קיעפ אפציעס
צוטיילן די פרק העדער אין צוויי
צוטיילן די פרק העדער אין צוויי
טוישן די פרק סטייל
טוישן די פרק סטייל

יעצט לאמיר מאכן די סייז פון די פרק סטייל פאר 25 און פארשטייט זיך אז די Keep Options זאלן ביי דעם יא בלייבן.

אצינד למעשה, לאמיר צולייגן די שיינע בלומען!
די ערשטע זאך לאמיר אויסקלויבן א שיינע דעזיין, העמיר עפענען דעם “גליפ’ס” פענעל און אויסקלויבן דעם Wingdings 2 פאנט, און זוכן א שיינע בלום, גיב אזא דאבל קליק עס אריינצופעסטן ווי די מייז געפונט זיך.

די גליפס פענעל
די גליפס פענעל
די גליפס פענעל
די גליפס פענעל

פאר די רעכטע זייט וועלמיר האבן צוויי וועגן,
איין וועג איז צו אריינפעיסטן דער בלום בעפארן פערעגרעף, די פראבלעים איז אז אפילו איך קען טרעפן די פלאץ דורך “פיינד” קען איך אבער נישט אריינפעיסטן, ווייל איך ריפלעיס נישט גארנישט.
אע”כ מוז מען נוצן א “גרעפ קאוד” וואס מאכט אזוי ווי א קאפי פון די גאנצע שטיקל, און ריפלעיסן מיט די בלום + די גאנצע שטיקל.
אלזא לאמיר מאכן א קערעקטער סטייל פאר די שטיקל.
מיר וועלן עס אנרופן Flower,
די פאנט Wingdings 2 די סייז 18 און שוין.

די בלום סטייל
די בלום סטייל

יעצט לאמיר אפפלייען די סטייל צו די בלום וואס מיר האבן אויסגעפיקט.
אצינד עפנט דעם פיינד ריפלעיס קעסטל, לאמיר גיין צו גרעפ, ביי פיינד לייגט אריין

^(.+?)$

און ביי ריפלעיס לייגט אריין

~c $1

נישט פארגעסן ביי פיינד פארמאט זאל זיין נאר די “פרק” פערעגרעף סטייל.

די רעכטע בלום
די רעכטע בלום

יעצט ברויך מען סעלעקטן דעם בלום, און אריינקליקן אינם גרויסן טעקסטבאקס , און דרוקן “טשענדזש אלל”!

רעכטע!
רעכטע!

אלע אינסטרוקציעס מוזן זיין פונקטליך, אז נישט קען זיך מאכן פראבלעימען, אבער בפשטות ברויך עס ארבעטן.

יעצט לאמיר סעיוון דעם גרעפ ביים קוועטשן אויף דעם עררא וואס ליגט אויבן פונ’ם פיינד-טשענדזש קעסטל, און עס גיבן א נאמען “רעכטע בלום” וכדו’.
לאמיר אריינלייגן די לינקע בלומעלע ביי די ערשטע פרק און עס מאכן פאר די בלום סטייל, יעצט לאמיר עס קאפיען צוזאמען מיט’ן ענטער, וויאזוי?, לאמיר אריינקליקן גלייך נאך די אות פון די פרק, און שלעפן מיט די מייז די ספעיס, די בלום, און ווייטער ביז די סוף שורה, עס זאל זיין סעלעקטעד אזוי ווי א ספעיס נאך די בלום, וואס די ספעיס איז באמת די ענטער, יעצט לאמיר עס אריינפעיסטן אין די ריפלעיס באקס, ביי פיינד לייגט מען א “ענד אף פערעגרעף ווי פריער דערמאנט”, יעצט ביי פיינד פארמאט לייגט מען די פרק סטייל, און ביי ריפלעיס, די בלום סטייל,
“טשענדזש אלל”.

די לינקע בלום
די לינקע בלום

יעצט קען מען מאכן א פיינד ריפלעיס, סערטש פאר א ספעיס, פיינד פארמאט – פרק. רפלעיס פארמעט – קערעקטער סטייל, None, פערעגרעף סטייל, פרק.
עד כאן אומרים בשבת הגדול.
די צווייטע וועג איז:
פשוט, צו מאכן דעם העדער פאר א באלעט ליסט, און טוישן די באלעט צו די בלום, און דערנאך מאכן די לינקע אזוי ווי פריער.!

א ליסט
א ליסט
7+

קאפיטל ז’ | סטיילן די קעפלעך

ווי מיר האלטן יעצט קוקט די ספר אויס ווי פאלגענד:

נאכן סטיילן די פערעגרעפס
נאכן סטיילן די פערעגרעפס

די זעלבע מהלך וואס מיר האבן גענומען ביי די מעין טעקסט, קען מען איבערנוצן פאר אלע סארט סטיילס.

(טיפ: אויב קומט די טעקסט אריין מיט סטיילס פון ווארד, קען מען מאכן א פיינד ריפלעיס צו טוישן צו נייע אינדעזיין סטיילס, אדער קען מען דעליטן די סטייל און אינדעזיין וועט פרעגן צו מ’וויל עס ריפלעיסן מיט אנאנדערע סטייל.)

לאמיר צומאלעמערשט סטיילן די פרקים קעפלעך;

העמיר גיין גלייך צום פערעגרעף סטייל קעסטל אין מאכן א נייע סטייל.

גרויסע העדער סטיילס
גרויסע העדער סטיילס

לאמיר אים אנרופן Big Header (וויכטיג צו געדענקען אויף שפעטער, עס וועט צוניץ קומען),  “בעיסד אן” זאל פארשטייט זיך זיין אויף “נא פערעגרעף סטייל”, די פאנט, fontbitLivorna סייז 21, אליינמענט – סענטער, ספעיס עפטער – 0.125, ביי אנדערליין ברויך מען ארונטערנעמען דעם טשעק.

ספען קאלאמס
ספען קאלאמס

יעצט לאמיר גיין צו די “Span Columns” אפטיילונג ביי די פערעגרעף סטייל קעסטל, און סעלעקטן “ספען קאלאמנס > ספען אלל”, אזוי וועט די קעפל שטיין איבער די גענצע ברייט פון די בלאט און נישט נאר פון די קאלום.

די נעקסטע זאך וואס מיר ווילן אנשטעלן איז די “קיפ אפשאנס”, מיר ווילן אז יעדע פרק זאל זיך אנהייבן אויף א נייע אד בלאט, כדי מיר זאלן קענען לייגן א שיינע שער בלאט בעפאר יעדע פרק.

קיפ אפשאנס > סטארט פערעגרעף > סעלעקט “On Next Odd Page”.

קיפ אפציעס פאר גרויסע קעפל
קיפ אפציעס פאר גרויסע קעפל

יעצט ברויך מען נאר מאכן א פיינד ריפלעיס, זוך אויף די נעקסטע פרק קעפל, פיינד פארמעט לייג אריין עטוואס פון די פארמעט, טשענדזש פארמעט, לייג די “ביג העדער” סטייל. פיניש, הערליך.

פיינד ריפלעיס
פיינד ריפלעיס
גרויסע העדער סטיילס
גרויסע העדער סטיילס

יעצט לאמיר סטיילן די קליינע קעפעלעך

די זעלבע מהלך ווי פריער, העמיר אים אנרופן “Small Header”.

קליינע קעפלעך סטיילס
קליינע קעפלעך סטיילס

פאנט: פאנטביט-ליווארנע, סייז 19, לידינג אוטא, ביי ספעיסינג לאמיר אים מאכן אליינד סענטער, ספעיס בעפאר 0.125, ספעיס עפטער 0.625.

פערעגרעף ראל
פערעגרעף ראל
די מעניו
די מעניו

פאר די קעפלעך, וויל איך האבן אזא דינע ליין פארדעם און נאכדעם, דאס ווערט אנגערופן “פערעגרעף ראל”, עס געפונט זיך ביי די קליינע מעניו אויבן ביי די רעכטע זייט פון די סקרין, אדער קען מען דרוקן Ctrl + Alt + j, אבער מיר מאכן עס דירעקט אין די פערעגרעף סטייל, צום ערשט לאמיר מאכן א טשעק ביי “ראל אבאוו” די דיקעקייט 1 פונקט, די טייפ “ווייסע דיימאנטן”, די ברייט זאל זיין פון די קאלאם, די אפפסעט 0.22, די קאליר שווארץ אדער טעקסט קאליר (וואס איז ביינונז שווארץ), “קיפ אין פרעים” וועט מאכן אז אויב די קעפל ליגט אויבן פון די פרעים זאל זיך די ליין נישט ארויסשטעקן פון די פרעים ודו”ק.

פערעגרעף ראל סטייל
פערעגרעף ראל סטייל

יעצט סעלעקט “ראל בעלאו” און שטעלט אן די זעלבע אפציעס, נאר די אפפסעט זאל זיין 0.0625. זעמיר פערטיג מיט דעים.

אן די קיפ אפציעס
אן די קיפ אפציעס

ביי קיפ אפשאנס, שרייב נאר אן איינסער ביי “קיפ וויט נעקסט” אזוי וועט קיינמאל נישט זיין א קעפל אינטן פון די טעקסטבאקס אן קיין ווערטער…

קיפ אפציעס פאר קיינע קעפלעך
קיפ אפציעס פאר קליינע קעפלעך

מאכט זיכער אז די קאליר איז שווארץ.

אנדערליין אראפ פארשטייט זיך.

קליינע קעפלעך סטיילס
קליינע קעפלעך סטיילס

נישט פארגעסן צו מאכן א פיינד ריפלעיס.

פיינד ריפלעיס
פיינד ריפלעיס

גוט. יעצט האט שוין די ספר עפעס א שטיקל צורה.

ביי די קומענדיגע פאר לעקציעס וועט די ספר בעז”ה באקומען א פנים חדשות, דורך חלונות און פארשידענע סטיילס.

6+

קאפיטל ו’ | סטיילן!

סטיילס

פיין, יעדער איז דא, מ’קען אנהייבן פארן?

יעצט קוקט עס אויס בערך אזוי:

ערשטע אויסקוק
ערשטע אויסקוק

די ערשטע זאך וואס מיר וועלן טוען איז צו מאכן זיכער אז אלעס וואס איז באלד, בלייבט באלד.

  • קערעקטער סטיילס:

לאמיר מאכן א קערעקטער סטייל; דאס מיינט אז מיר וועלן נעמען א סעריע פון סעטטינגס, פאנטס, סייזעס וכו’ און עס גיבן א נאמען, למשל ביינונזער מעשה “באלד“, וואס דאס וועט געסעיווט ווערן אין די “קערעקטער סטיילס” קעסטל, אזוי קענען מיר סעלעקטן א ווארט צוויי און אויפאיינמאל אפלייען אלע פארמעטינג פון די סטייל, און ווען מיר וועלן טוישן די סטייל, וועט זיך עס אויטאמאטיש טוישן איבעראל, (אפילו אויב די “פאראגראף סטייל” איז אנדערש, וועט די “קערעקטער סטייל” זיין שטערקער” – מיר וועלן אט אט רעדן פון “פאראגראף סטיילס”).

גיימיר צו די Window מעניו > סטיילס > קערעקטער סטיילס;

פענעלס מעניו
פענעלס מעניו

וועט ארויפקומען די דאזיגע קעסטל:

 

קערעקטער סטייל קעסטל
קערעקטער סטייל קעסטל

לאמיר קוועטשן די “פעידזש” אייקאן – אבער איימעניט – לאמיר אנהאלטן דעם Alt קנעפל, אזוי וועט מען עס גלייך קענען עדיטן, מאכט זיכער בעפארן דרוקן אז גארנישט איז נישט סעלעקטעד, אויב יא וועט ער אויספיקן יענע פארמעטינג.

באלד קערעקטער סטייל
באלד קערעקטער סטייל

העמיר גיין צו “בעסיק קערעקטער פארמעטינג” און ביי “פאנט סטייל” אריינשרייבן Bold, ווי אויך וועלמיר געבן א נאמען פארן סטייל “באלד“, מאכט זיכער אז עס איז נישט געבעיסט אויף גארנישט, אויב ווילמען קען מען לייגן א שארטקאט (געווענליך ctrl מיט א נומער פון די נאמפעד).

באלד קערעקטער סטייל
באלד קערעקטער סטייל

יעצט אז מיר האבן שוין די  “באלד סטייל” לאמיר עס אפלייען צו אלע באלד’ס פון די ספר.

דרוקט ctrl + f ארויפצוברענגען דעם “פיינד – ריפלעיס” קעסטל.

לאמיר גיין צו די “טעקסט” טעב, גיט א קליק אין די “פיינד פארמאט” קעסטל און ביי בעיסיק קערעקטער פארמעט לייגט אריין Bold, דרוקט אקעי. יעצט גיימיר צום “טשענדזש פארמאט” קעסטל, ביי קערעקטער סטייל, סעלעקט אונזער “Bold” סטייל, דרוקט אקעי,

פיינד - ריפלעיס - באלד
פיינד – ריפלעיס – באלד
פיינד - ריפלעיס - באלד
פיינד – ריפלעיס – באלד

סערטש שטעלט אן פאר דאקומענט אדער סטארי (ד.מ. נאר זוכן אין די אקטיווע טעקסטבאקס – וואס מיר האבן נאר איין לאנגע), טשענדזש אלל, יעצט אפילו מיר וועלן אפלייען א רעגולער פאנט צו א פערעגרעף וועלן אלע באלדס בלייבן!

לאמיר מאכן נאך איין סטייל פאר די איינגערינגלטע.

די זעלבע ווי די באלד סטייל, נאר אנשטאט באלד לאמיר אריינלייגן ביי די סייז 9 pt און סעיוון די סטייל אלב Small, אצינד זעמיר מסודר צו גיין ווייטער.

איינגערינגעלטע סטייל
איינגערינגעלטע סטייל

 

  • פערעגרעף סטיילס:

איצט וועט מען סטיילן די פשוטע פערעגרעפן, דורך א גרינגן און שנעלן וועג!

(א”ה: מ’מוז נישט גיין אויפן זעלבן מהלך מיט די זעלבע פאנטס און סטיילינג, מיר רעדן נישט יעצט פון די שיינקייט און גראפיקס נאר פון די מהלך)

לאמיר מאכן א סעלעקציע און אריינ-נעמען דעם ערשטן פאראגראף (הייבט זיך אן “האדם”).

מיר וועלן נוצן ווילנא פון “פאנטייפ” וואס ווערט אנגערופן pft_vilna, אבער יעדער קען נוצן וואס ער האט ליב.

מיר וועלן מאכן די סייז 13, די לידינג (צווישן די שורות) 17, די אליינמענט רעכטס דשזאסטיפיי, און ספעיס נאך יעדע שטיקל 0.625, און מיט דעם זעמיר גוט.

פערעגרעף פארמעטינג
פערעגרעף פארמעטינג

יעצט אז מיר האבן שוין איין פערעגרעף גוט געסטיילט, לאמיר בלייבן אריינגעקליקט אין די פערעגרעף, ברענגט ארויף די פערעגרעף סטייל קעסטל (געפונט זיך ביי די זעלבע ארט פון די קערעקטער סטייל), און Alt קליקט אויפן פעידזש אייקאן, בעיסיקלי ברויך שוין אלעס זיין אריינגעפולט לויט די אקטיווע פערעגרעף, מאכט זיכער צו מאכן א טשעק ביי “אפליי צו סעלעקשן“,

בעיסיק פערעגרעף סטייל
בעיסיק פערעגרעף סטייל

גיב עס א נאמען מאכט זיכער אז “בעיסט אן” איז אנגעשטעלט צו “נא פערעגרעף סטייל“.

יעצט וועלן מיר טוען די זעלבע פון פריער, קליקט אריין אין א צווייטע נישט געסטיילטע פערעגרעף, דרוקט ctrl + f ארויפצוברענגען פיינד ריפלעיס, ביי פיינד פארמאט לייגט אריין עפעס אינפארמאציע בעיקר די פאנט און סייז,

פיינד - ריפלעיס - פערעגרעף
פיינד – ריפלעיס – פערעגרעף

ביי טשענדזש פארמאט, וועלט אויס אונזער נארוואס געמאכטע פערעגרעף סטייל,

טשענדזש אלל!, פנים חדשות!

האלט מיר שוין אויף א וועג.

10+

קאפיטל ה’ | אריינברענגען די טעקסט

פון ווארד צו אינדעזיין

איצטערט, אז מיר האבן שוין אנגעשטעלט אלע סעטטינגס און פרעפרענסעס, קעמיר זיך נעמען  אביסל טינטיג מאכן די הענט און אנהייבן די עיקר ארבעט.

צום ערשטנס וועלמיר אייך גיבן א לינק צו א דאקומענט וואס מיר וועלן נוצן דורך אויס די לעקציע, כדי מיר זאלן שטיין אייניג.

מיר וועלן אויסשטעלן דעם הייליגן ספר “תומר דבורה”. (דאס האביך געטראפן).

http://wp.me/a9528x-3K

קלארשטעלונג: די פאטנאטס זענען פאלש, עס איז נאר אריינגעלייגט געווארן כדי צו קענען ווייזן וויאזוי צו אויסשטעלן שיינע פאטנאטס אין אינדעזיין.

פיין. לאמיר אריינקליקן אינ’ם טעקסטבאקס און דרוקן ctrl + d וואס דאס מיינט “פלעיס“, עס וועט ארויפקומען א קעסטל מיט אלע פאלדערס וכו’, וועל אויס די פייל, אנשטאט דרוקן פלעין “אפען” האלט אן דעם Shift קנעפל בשעת’ן דרוקל אפען.

עס קען אים נעמען א מינוט צו כאפן ווי ער האלט, אבער יעצט וועט ארויפקומען א קעסטל פון “אימפארטירן אפציעס”.

אימפארטירן אפציעס
אימפארטירן אפציעס

צומערשט לאמיר אראפנעמען די טשעקס פון די אינדעקס, טעיבל אף קאנטענטס, ענדנאטס; און נאר לאזן די פאטנאטס אריינקומען.

די קעסטל פון טייפאגרעפערס קוואוטס מוז ווערן אראפגענומען.

די איבריגע איז מער ווייניגער מסודר.

OK

(אויב ווילמען קען מען סעיוון די אפציעס אלס א פריסעט)

יעצט וועט אינדעזיין אנהייבן צו פראסעסן אלע טעקסט, דערנאך וועט זיך אלעס באווייזן מיט אלע סטיילס און פארמעטטינג פון ווארד; אינדעזיין וועט אויטאמאטיש צולייגן גענוג בלעטער אלעס זאל אריינפיטן.

14+

קאפיטל ד’ | א נייע בלאט

אצינד אז מיר זענען שוין נישט אזוי פארלוירן, קען מען שוין אנהייבן הלכה למעשה.

מיר וועלן אנהייבן אויסשטעלן א קליין ספר’ל, מיט אלע פיטשיווקעס.

צום ערשטנס וועלמיר דרוקן ctrl + n בכדי צו באקומען די “ניי בלאט אפציעס”.

נייע דאקומענט דייעלאג באקס
נייע דאקומענט דייעלאג באקס

לאמיר גיין אין א רייע:

די פריסעט: דיפאלט.

אינטענט: פרינט.

די נומער וויפיל בלעטער: לאמיר אנהייבן מיט 4, דאס קען מען פארשטייט זיך טוישן שפעטער.

לאמיר דרוקן פעיסינג פעידזשעס, ווייל מיר מאכן דאך א ספר וואס האט א רעכטע זייט מיט א לינקע, ווידער אויב מאכט מען א קונטרס’ל וואס וועט נאר זיין געדרוקט אויף איין זייט פאפיר ברויך מען דאס אנטשעקן.

סטארט פעידזש: 1.

פריימערי טעקסט פרעים:

אזוי ווי אינדעזיין ארבעט מיט טעקסטפרעימס, דהיינו אז מען קען זיך נישט נעמען טייפן גלייך, נאר מען מוז מאכן קודם א קעסטל, איז דאך זייער שווער צו מאכן קעסטלעך אויף א גאנצע ספר און לינקן אלע קעסטלעך (דורך די רויטע פלאס), איז דא די אפציע וואס דורך דעם ווערט אויטאמאטיש א באקס אויף יעדן בלאט און אלעס איז געלינקט איינס צום צווייטן, אזוי אויך אויב ברויך מען צולייגן נאך בלעטער ווערט עס אויטאמאטיש צוגעלייגט. די באקס סייז ווערט לויט די סייז פון די מארדזשין, וואס מיר וועלן שפעטער אנשטעלן.

די קומענדיגע אין די רייע איז די פעידזש סייז:

לאמיר עס מאכן אויף 6 ביי 9.

(אויב איז נישט אנגעשטעלט פאר אינטשעס, קען מען נאך אלס נוצן אינטשעס און צולייגן א in נאך די נומ. און עס וועט זיך אליינס קאנווערטן. אזוי אויך קען מען מאכן פלאס מיינוס וכו’).

ביינדינג: די רעכטע פארשטייט זיך.

קאלאמס: אויב וויל מען האבן אפאר קאלאמס איז גוט עס דא אנצושטעלן.

לאמיר מאכן צוויי קאלאמס, מיט .25 ספעיס צווישן.

מארדזשינס: צומערשט, די לינק אינמיטן איז, אויב מ’ווייל אלע זייטן זאלן זיין די זעלבע אדער נישט, לאמיר קודם לייגן אלע זייטן 0.5, יעצט לאמיר געבן אויבן א גרעסערס צו מאכן פלאץ פארן העדער, לאמיר גיין יעצט מיט גראדע נומערן, אן אינטש (מאכט זיכער קודם צו אנלינקן), לאמיר יעצט גיבן אביסל מער פארן “אינסייד” כדי מען זאל נישט ברויכן אויפבייגן דעם ספר ווען מ’וויל לערנען דערין, לאמיר גיין מיט 0.75.

בליד’ס, איז אביסל ספעיס ארום די פאפיר, כדי צו קענען פרינטן ביז די עק און נישט מיט א ווייסע בארדער, לאמיר עס אנשטעלן אויף .25.

צו זעהן א פריוויו בשעת’ן אנשטעלן, דרוקט דעם פריוויו באקסל אינטן ביי די לינקע זייט.

נאכן אנשטעלן, אויב טראכט מען אז מ’וועט נוצן די זעלבע סעטטינגס פאר נאך ספרים, קען מען עס סעיוון אין גיבן א פריסעט נאמען.

אונזערע סעטטינגס
אונזערע סעטטינגס

יעצט קען מען שוין דרוקן OK. געגאנגען!

 

 

10+

קאפיטל ג’ | אנשטעלן די פרעפרענסעס 

פרעפרענסעס

קאפיטל ג’ | אנשטעלן די פרעפרענסעס

איידער מיר הייבן אן דעם נייעם בלאט, לאמיר קודם איבערגיין עטליכע פרעפרענסעס (גלאבאלע סעטטינגס) וואס וועט גרינגער מאכן די גאנצע ארומארבעטן אין אינדעזיין.

פרעפרענסעס קעסטל
פרעפרענסעס קעסטל

צום ערשטנס אנצוקומען צו די פרעפרענסעס (ברויך מען [נישט] גיין צו די עדיט מעניו און גיין צו פרעפרענסעס, אדער) דרוקט מען ctrl + k.

וועלמיר גיין אין א רייע;

  • אינטערפעיס

דא קען מען אנשטעלן ווי דארק און ווי לייט די פראגרעם זאל זיין.

  • ביי די type סעקשאן.

די ערשטע אפציע איז use typographer’s quotes, די אפציע מוז גלייך ווערן אנטשעקד, ווייל אויב בלייבט עס וועלן גאר אסאך קוואטס און אפאסטרעפיס (נישט מיין פעוועריט ווארט צו ספעלן) ווערן חרוב און פארטוישט און גארנישט וועט נישט העלפן (חוץ עטליכע פיינד – ריפלעיסעס).

דערנאך איז גוט אנצושטעלן די פאנט פריוויו פאר לארדזש, אזוי זעהט מען א שיינע פריוויו ביים אויסקלויבן פאנטס, ווי אויך איז גוט צו אריינלייגן די מאקסימום ריסענט פאנטס, (פארשטייט זיך אויב געווענליך נוצט מען מער ווייניגער די זעלבע פאנטס אין די פראדזשעקט).

אין די צווייטע חלק פין טייפ סעקשאן איז דא די אפציע וואס מ’זעהט געווענליך אין ווארד, אז ווען מ’סעלעקט א ווארט קען מען עס ארומשלעפן, דאס קען מען דא אנשטעלן ביים סעלעקטן דרעג ענד דראפ, ענעבל אין לעיאוט וויא.

  • עדווענסד טייפ.

ביי איינס פאר די לעצטע אפציע (שאו קערעקטער אלטערנעטס) איז גוט צו אנטשעקן, ווייל אז נישט פריזט די פראגרעם זייער שנעל.

  • קאמפאזישאן

דא געפונט זיך א מוראדיגע אפציע וואס מיר האבן נישט געוויסט ביז היינט,

די לעצטע אפציע פון טעקטרעפ איז אז די טעקטרעפ זאל נאר אפעקטירן די טעקסטבאקסעס וואס זענען דערינטער, ד.ה. אז אויב האט מען פארשידענע באקסעס מיט ווערטער למשל פּולקוואטס אדער ווערטער אויף א בילד, וואס געווענליך ברויך מען אנשטעלן “איגנאר טעקטרעפ”, ווידער אויב איז די אפציע אנגעצונדן ברויך מען נישט.

  • יוניטס און איקרימענטס

ביימיר שטעל איך אלעס אן צו אינטשעס (וועס מען קען, שטייציך).

ביי קיבארד אינקרימענטס, קען מען אנשטעלן וויפיל עס זאל גרעסער ווערן ווען מ’מאכט גרעסער דורך א שארטקאט.

  • גיידס און פעיסטבארד

איך שטעל אן די האריזאנטל מארדזשין צו א הויעכע נומער אזוי האב איך א ברייטע פעיסטבארד ווי צו לייגן בילדער און פעיסט וכדו’ בשעתן אויסשטעלן.

  • קליפבארד הענדלינג

ביי די צווייטע חלק איז גוט אנצושטעלן די ערשטע אפציע, אז ווען מ’פעיסט אריין טעקסט זאל עס מיטברענגען די סטייל וכו’, אזוי בלייבט די באלד, באלד אא”וו. צו פעיסטן טעקסט אן די פארמעטינג קען מען דריקן alt + ctrl + v.

דאס איז עס אויף יעצט, נאכן אנשטעלן די פאר סעטטינגס קעמיר זיך נעמען צום ספר אליינס!

 

19+

קאפיטל ב’ | אינטערפעיס

צום ערשטנס פאר די וואס האבן נאך קיינמאל נישט גענוצט אינדעזיין, און זענען פארשטייט זיך אינגאנצן פארלוירן נאר עפענענדיג דעם פראגרעם, וועלמיר מאכן אביסל סדר און אפווישן די פארהויכטע גלעזער.

גלייך ווען מען עפנט די פראגרעם צום ערשטן מאל, געפינט מען זיך אינעם “סטארט ווארקספעיס” ד.מ. אז דא האט מען בעיקר פיטשערס אנצוהייבן א נייע בלאט, קודם האט מען צוויי טעבס: “ווארק” און “לערן”, ביי לערן האט מען פארשידענע לינקסט צו אדאובי’ס לעססאנס (נישט ראטזאם אנצוהייבן דערמיט), ביי “ווארק” קען מען עפענען א נייע דאקומענט (קריעט נאא), זעהן די פריערדיגע דאקומענטן (מיט א פריוויו), און אנהייבן מיט א פריסעט (א פון פריער אנגעשטעלטע דאקומענט מיט אלע סעטטינגס), עפענען א אלטע דאקומענט (אפען).

דא טוישט מען די ווארטספעיס
דא טוישט מען די ווארטספעיס

אויבן נעבן די סערטש באקס, שטייט “START” דארט קען מען אנשטעלן וואספארא פענעלס מ’וויל האבן אפען, ווי אויך קען מען אליינס אנשטעלן פריסעטס, ווי מיר וועלן שפעטער זעהן, ביי די לינקע זייט אויבן זענען די מעניוס.

לאמיר טוישן די פריסעט פון סטארט צו עסענשאלס, אזוי וועלן מיר באקומען די פאר פענעלס וואס פעלן זיך וויכטיג אויס אנצוהייבן.

אצינד האבן מיר שוין די זייטיגע “טולבאר” ביי די לינקע זייט, און די וויכטיגע פענעל’ס ביי די רעכטע זייט.

לאמיר צושטייטעלעך אדורכגיין די וויכטיגע אייקאנ’ס פון דעם “טולבאר”:

די ערשטע צוויי עראוס, זענען די סעלעקשאן טולס, די ערשטע איז די נארמאלע סעלעקשן טול (וואס מען קען באקומען דורכן דרוקן V, און ווען מ’איז אין א טעקסבאקס און V וועט פשוט טייפן א V ברויך מען דרוקן “עסקעיפ [ESC]”),  מיט די טול סעלעקט מען אלעס, מען קען ריסייזן באקסעס און בילדער וכדו’. די צווייטע טול, איז די “דיירעקט סעלעקשן טול” וואס מיר וועלן שפעטער מער מפרש זיין, (די שארטקאט איז A).

לאמיר אויסלאזן די קומענדיגע צוויי און גיין צום פינפטן: די “טייפ” טול. אויב דרוקט מען אביסל לאנג אויפן טול ברויך מען זעהן א פאפ אפ פון פיר טולס: “מי טייפ טול”, “מי טייפ אן עי פעדז טול”, “טייפ טול”, “טייפ אן א פעדז טול”, (אויב זעהט מען נישט די “מי” טולס ברויך מען איבעראינסטאלירן די פראגרעמ’ס ווי ערוועינט און דעם ארטיקל. די ערשטע צוויי זענען פאר אידיש – לשה”ק, די צווייטע צוויי זענען פאר ענגליש. ווען מען דרוקט דעם לעטטער T באקומט מען אויטאמאטיש דעם טייפ טול.

טייפ טול אפציעס
טייפ טול אפציעס

אצינד לאמיר עפענען א דאקומענט און טייפן!

דרוקט CTRL + N אדער גייט צו די פייל מעניו און סעלעקט נאָ > דאקומענט, לאמיר דרוקן אקעי.

אפס, ס’טייפט זיך נישט (כא’געוויסט אז ווארד איז אסאך בעסער, מ’קען גלייך טייפן נארמאל…), איז אזוי: אין אינדעזיין ברויך מען קודם מאכן א “טעקסטבאקס” און נאכדעם טייפט מען אינעם באקסל, צו מאכן א טעקסטבאקס, קליק און דרעג מיט די מייזל ווי גרויס די ווילסט די באקס זאל זיין, לאז אויס דעם מייז’ל, און דער קורסער בלינקט אויבן ביים רעכטן זייט, יעצטערט קען מען אנהייבן.

צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ, איך קום אן צום סוף באקסל, איך טייפ, איך טייפ מער, איך טייפ נאכמער, איך דרוק שטערקער, און שטערקער, און גארנישט! שטא’מער קיין פלאץ אין די קעסטל, לאמיר שנעל עסקעפן (ווייסטו וואס כ’וועל דיר יא אויסזאגן: אויב האלט מען אן דעם קאנטראל קי, באקומען מען דעם פארשווארצטן עראו און אז מען דרוקט אויפ’ן באקס’ל קען מען מאכן פון אים א לאנגס און א ברייט’ס!) און דרוקן אויפ’ן קעסטל און אים פארברייטערן לפי הצורך.

טוישן צו היברו
טוישן צו היברו
אווערסעט טעקסט
אווערסעט טעקסט

הערה: זיך ארומצושפילן, רייט קליק, דרוקט פיל וויט פלעיסהאלדער טעקסט. (אויס פילט זיך עס אן מיט אראביש, סעלעקט היברו).

ווען עס איז דא “אווערסעט טעקסט” ד. מ. ווען מ’טייפט מער וויפיל ס’גייט אריין אינ’ם קעסטל, וועט ליגט א רויטע פלאס אונטן ביים לינקן זייט פונ’ם באקס, אויב וויל מען לייגן די איבריגע אויף א אנדערע בלאט, קליקט מען אויפן רויטן קעסטל, די מייזל ווערט אנגעפולט מיט טעקסט, און מען מאכט א נייע טעקסטבאקס אויפן קומענדיגן בלאט, און עס ווערט אליינס אריינגעפילט מיט די אווערסעט טעקסט.

וואס הייסט?! אויב מאך איך א ספר פון פינעף טויזענט פעידזשעס וועל איך מוזן מאכן 5000 טעקסטבאקסעס?!

די ענטפער איז ניין, און מיר וועלן עס עקספלעינען ביים “א נייע בלאט” ארטיקל.

וויאזוי טייפט מען רינדעכיג? (אז איך הייב שוין יא אן לאמיר כאטש מאכן די אינוועטעישאן פאר מיין ברודער).

גיב מיר א שעה, איך וועל דיר שוין ווייזן, קודם לאמיר גיין ווייטער אביסל.

די ליין טול: פטושו כשמשעו, מאכן א גראדע ליין. (אויב כאפט מען אן שיפט, ווערט עס “עכט גראד” אדער “עכט שיעף”).

די נעקסטע אין די ליין (כמיין נאך די ליין טול):

“די שרעק אנווארפענדע פען (פעדער) טול”: דאס פאדערט זיך א עקסטערע שמועס.

דערנאך איז די פענסיל, מיט וואס מען קען שרייבן וכו’ (עס איז גרינגער צו שרייבן מיט א פעדער אויף פאפיר…).

ווי האמיר געהאלטן? די צוויי פרעים טולס: די ערשטע (און אויך די צווייטע…) איז די פרעים טול, און די צווייטע (און אויך די ערשטע…) איז בעסיקלי די באקס טול, עפעס אזוי כ’קענישט צוזאגן, אבער די ביידע טול’ס קען מען נוצן: צו מאכן סתם באקסעס, באליס, סטארס וכו’, צו אריינפעיסטן בילדער דערין, צו אריינפעיסטן טעקסט דערין (מען סעלעקט דעם טייפ טול און ווען מ’גייט העכער די נייע באקס, ווערט די מייז אזוי רינדעכיג, דעמאלס גיבט מען א שטארקע [שוואכע ארבעט אויך] קליק און מטייפט – פעיסט), צו סתם מאכן שרעקעדיקע רויטע שרייעדיגע באקסעס; צוצוקומען צו די באליס און סטארס, דרוקט לאנג אויפ’ן טול; (דרוקט F פאר אינסטענט עקסעס צו די באקס טול).

די שערל: צו צושניידן די באקסעס וואס מיר האבן פריער געמאכט. סעלעקט קודם די באקס מיטן סעלעקציע טול (V) און דריקט C פאר’ן שערל און גיבט א קליקע צו שניידן.

בעסיקלי די נעקסטע וויכטיגע טול פאר יעצט איז די “אויגן טראפפער טול” (איידראפפער – פארמעט פעינטער) גיבט א לאנגן דרוק און סעלעקט דעם צווייטן אן די קעסטלעך, (אדער דרוקט (I – איי).

די האנט איז פארשטענדליך צו ארום-שלעפן (פראביר עס אליינס אויס), האלט אן דעם ברייטן ספעיס (נישט ווען די ביסט און א טעקסטבאקס…) צו ארומשלעפן אן די פליי.

ווי אויך די פארגרעסערונג גלאז איז סעלף פארשטענדליך. (דריקט אלט צו פארקלענערן), אדער כאפ אן די Z קנעפל צו זאאמן.

צום ווידערזעהן בקרוב ממש.

20+