קאפיטל ו’ | סטיילן!

סטיילס

פיין, יעדער איז דא, מ’קען אנהייבן פארן?

יעצט קוקט עס אויס בערך אזוי:

ערשטע אויסקוק
ערשטע אויסקוק

די ערשטע זאך וואס מיר וועלן טוען איז צו מאכן זיכער אז אלעס וואס איז באלד, בלייבט באלד.

  • קערעקטער סטיילס:

לאמיר מאכן א קערעקטער סטייל; דאס מיינט אז מיר וועלן נעמען א סעריע פון סעטטינגס, פאנטס, סייזעס וכו’ און עס גיבן א נאמען, למשל ביינונזער מעשה “באלד“, וואס דאס וועט געסעיווט ווערן אין די “קערעקטער סטיילס” קעסטל, אזוי קענען מיר סעלעקטן א ווארט צוויי און אויפאיינמאל אפלייען אלע פארמעטינג פון די סטייל, און ווען מיר וועלן טוישן די סטייל, וועט זיך עס אויטאמאטיש טוישן איבעראל, (אפילו אויב די “פאראגראף סטייל” איז אנדערש, וועט די “קערעקטער סטייל” זיין שטערקער” – מיר וועלן אט אט רעדן פון “פאראגראף סטיילס”).

גיימיר צו די Window מעניו > סטיילס > קערעקטער סטיילס;

פענעלס מעניו
פענעלס מעניו

וועט ארויפקומען די דאזיגע קעסטל:

 

קערעקטער סטייל קעסטל
קערעקטער סטייל קעסטל

לאמיר קוועטשן די “פעידזש” אייקאן – אבער איימעניט – לאמיר אנהאלטן דעם Alt קנעפל, אזוי וועט מען עס גלייך קענען עדיטן, מאכט זיכער בעפארן דרוקן אז גארנישט איז נישט סעלעקטעד, אויב יא וועט ער אויספיקן יענע פארמעטינג.

באלד קערעקטער סטייל
באלד קערעקטער סטייל

העמיר גיין צו “בעסיק קערעקטער פארמעטינג” און ביי “פאנט סטייל” אריינשרייבן Bold, ווי אויך וועלמיר געבן א נאמען פארן סטייל “באלד“, מאכט זיכער אז עס איז נישט געבעיסט אויף גארנישט, אויב ווילמען קען מען לייגן א שארטקאט (געווענליך ctrl מיט א נומער פון די נאמפעד).

באלד קערעקטער סטייל
באלד קערעקטער סטייל

יעצט אז מיר האבן שוין די  “באלד סטייל” לאמיר עס אפלייען צו אלע באלד’ס פון די ספר.

דרוקט ctrl + f ארויפצוברענגען דעם “פיינד – ריפלעיס” קעסטל.

לאמיר גיין צו די “טעקסט” טעב, גיט א קליק אין די “פיינד פארמאט” קעסטל און ביי בעיסיק קערעקטער פארמעט לייגט אריין Bold, דרוקט אקעי. יעצט גיימיר צום “טשענדזש פארמאט” קעסטל, ביי קערעקטער סטייל, סעלעקט אונזער “Bold” סטייל, דרוקט אקעי,

פיינד - ריפלעיס - באלד
פיינד – ריפלעיס – באלד
פיינד - ריפלעיס - באלד
פיינד – ריפלעיס – באלד

סערטש שטעלט אן פאר דאקומענט אדער סטארי (ד.מ. נאר זוכן אין די אקטיווע טעקסטבאקס – וואס מיר האבן נאר איין לאנגע), טשענדזש אלל, יעצט אפילו מיר וועלן אפלייען א רעגולער פאנט צו א פערעגרעף וועלן אלע באלדס בלייבן!

לאמיר מאכן נאך איין סטייל פאר די איינגערינגלטע.

די זעלבע ווי די באלד סטייל, נאר אנשטאט באלד לאמיר אריינלייגן ביי די סייז 9 pt און סעיוון די סטייל אלב Small, אצינד זעמיר מסודר צו גיין ווייטער.

איינגערינגעלטע סטייל
איינגערינגעלטע סטייל

 

  • פערעגרעף סטיילס:

איצט וועט מען סטיילן די פשוטע פערעגרעפן, דורך א גרינגן און שנעלן וועג!

(א”ה: מ’מוז נישט גיין אויפן זעלבן מהלך מיט די זעלבע פאנטס און סטיילינג, מיר רעדן נישט יעצט פון די שיינקייט און גראפיקס נאר פון די מהלך)

לאמיר מאכן א סעלעקציע און אריינ-נעמען דעם ערשטן פאראגראף (הייבט זיך אן “האדם”).

מיר וועלן נוצן ווילנא פון “פאנטייפ” וואס ווערט אנגערופן pft_vilna, אבער יעדער קען נוצן וואס ער האט ליב.

מיר וועלן מאכן די סייז 13, די לידינג (צווישן די שורות) 17, די אליינמענט רעכטס דשזאסטיפיי, און ספעיס נאך יעדע שטיקל 0.625, און מיט דעם זעמיר גוט.

פערעגרעף פארמעטינג
פערעגרעף פארמעטינג

יעצט אז מיר האבן שוין איין פערעגרעף גוט געסטיילט, לאמיר בלייבן אריינגעקליקט אין די פערעגרעף, ברענגט ארויף די פערעגרעף סטייל קעסטל (געפונט זיך ביי די זעלבע ארט פון די קערעקטער סטייל), און Alt קליקט אויפן פעידזש אייקאן, בעיסיקלי ברויך שוין אלעס זיין אריינגעפולט לויט די אקטיווע פערעגרעף, מאכט זיכער צו מאכן א טשעק ביי “אפליי צו סעלעקשן“,

בעיסיק פערעגרעף סטייל
בעיסיק פערעגרעף סטייל

גיב עס א נאמען מאכט זיכער אז “בעיסט אן” איז אנגעשטעלט צו “נא פערעגרעף סטייל“.

יעצט וועלן מיר טוען די זעלבע פון פריער, קליקט אריין אין א צווייטע נישט געסטיילטע פערעגרעף, דרוקט ctrl + f ארויפצוברענגען פיינד ריפלעיס, ביי פיינד פארמאט לייגט אריין עפעס אינפארמאציע בעיקר די פאנט און סייז,

פיינד - ריפלעיס - פערעגרעף
פיינד – ריפלעיס – פערעגרעף

ביי טשענדזש פארמאט, וועלט אויס אונזער נארוואס געמאכטע פערעגרעף סטייל,

טשענדזש אלל!, פנים חדשות!

האלט מיר שוין אויף א וועג.

10+

קאפיטל ה’ | אריינברענגען די טעקסט

פון ווארד צו אינדעזיין

איצטערט, אז מיר האבן שוין אנגעשטעלט אלע סעטטינגס און פרעפרענסעס, קעמיר זיך נעמען  אביסל טינטיג מאכן די הענט און אנהייבן די עיקר ארבעט.

צום ערשטנס וועלמיר אייך גיבן א לינק צו א דאקומענט וואס מיר וועלן נוצן דורך אויס די לעקציע, כדי מיר זאלן שטיין אייניג.

מיר וועלן אויסשטעלן דעם הייליגן ספר “תומר דבורה”. (דאס האביך געטראפן).

http://wp.me/a9528x-3K

קלארשטעלונג: די פאטנאטס זענען פאלש, עס איז נאר אריינגעלייגט געווארן כדי צו קענען ווייזן וויאזוי צו אויסשטעלן שיינע פאטנאטס אין אינדעזיין.

פיין. לאמיר אריינקליקן אינ’ם טעקסטבאקס און דרוקן ctrl + d וואס דאס מיינט “פלעיס“, עס וועט ארויפקומען א קעסטל מיט אלע פאלדערס וכו’, וועל אויס די פייל, אנשטאט דרוקן פלעין “אפען” האלט אן דעם Shift קנעפל בשעת’ן דרוקל אפען.

עס קען אים נעמען א מינוט צו כאפן ווי ער האלט, אבער יעצט וועט ארויפקומען א קעסטל פון “אימפארטירן אפציעס”.

אימפארטירן אפציעס
אימפארטירן אפציעס

צומערשט לאמיר אראפנעמען די טשעקס פון די אינדעקס, טעיבל אף קאנטענטס, ענדנאטס; און נאר לאזן די פאטנאטס אריינקומען.

די קעסטל פון טייפאגרעפערס קוואוטס מוז ווערן אראפגענומען.

די איבריגע איז מער ווייניגער מסודר.

OK

(אויב ווילמען קען מען סעיוון די אפציעס אלס א פריסעט)

יעצט וועט אינדעזיין אנהייבן צו פראסעסן אלע טעקסט, דערנאך וועט זיך אלעס באווייזן מיט אלע סטיילס און פארמעטטינג פון ווארד; אינדעזיין וועט אויטאמאטיש צולייגן גענוג בלעטער אלעס זאל אריינפיטן.

14+

קאפיטל ד’ | א נייע בלאט

אצינד אז מיר זענען שוין נישט אזוי פארלוירן, קען מען שוין אנהייבן הלכה למעשה.

מיר וועלן אנהייבן אויסשטעלן א קליין ספר’ל, מיט אלע פיטשיווקעס.

צום ערשטנס וועלמיר דרוקן ctrl + n בכדי צו באקומען די “ניי בלאט אפציעס”.

נייע דאקומענט דייעלאג באקס
נייע דאקומענט דייעלאג באקס

לאמיר גיין אין א רייע:

די פריסעט: דיפאלט.

אינטענט: פרינט.

די נומער וויפיל בלעטער: לאמיר אנהייבן מיט 4, דאס קען מען פארשטייט זיך טוישן שפעטער.

לאמיר דרוקן פעיסינג פעידזשעס, ווייל מיר מאכן דאך א ספר וואס האט א רעכטע זייט מיט א לינקע, ווידער אויב מאכט מען א קונטרס’ל וואס וועט נאר זיין געדרוקט אויף איין זייט פאפיר ברויך מען דאס אנטשעקן.

סטארט פעידזש: 1.

פריימערי טעקסט פרעים:

אזוי ווי אינדעזיין ארבעט מיט טעקסטפרעימס, דהיינו אז מען קען זיך נישט נעמען טייפן גלייך, נאר מען מוז מאכן קודם א קעסטל, איז דאך זייער שווער צו מאכן קעסטלעך אויף א גאנצע ספר און לינקן אלע קעסטלעך (דורך די רויטע פלאס), איז דא די אפציע וואס דורך דעם ווערט אויטאמאטיש א באקס אויף יעדן בלאט און אלעס איז געלינקט איינס צום צווייטן, אזוי אויך אויב ברויך מען צולייגן נאך בלעטער ווערט עס אויטאמאטיש צוגעלייגט. די באקס סייז ווערט לויט די סייז פון די מארדזשין, וואס מיר וועלן שפעטער אנשטעלן.

די קומענדיגע אין די רייע איז די פעידזש סייז:

לאמיר עס מאכן אויף 6 ביי 9.

(אויב איז נישט אנגעשטעלט פאר אינטשעס, קען מען נאך אלס נוצן אינטשעס און צולייגן א in נאך די נומ. און עס וועט זיך אליינס קאנווערטן. אזוי אויך קען מען מאכן פלאס מיינוס וכו’).

ביינדינג: די רעכטע פארשטייט זיך.

קאלאמס: אויב וויל מען האבן אפאר קאלאמס איז גוט עס דא אנצושטעלן.

לאמיר מאכן צוויי קאלאמס, מיט .25 ספעיס צווישן.

מארדזשינס: צומערשט, די לינק אינמיטן איז, אויב מ’ווייל אלע זייטן זאלן זיין די זעלבע אדער נישט, לאמיר קודם לייגן אלע זייטן 0.5, יעצט לאמיר געבן אויבן א גרעסערס צו מאכן פלאץ פארן העדער, לאמיר גיין יעצט מיט גראדע נומערן, אן אינטש (מאכט זיכער קודם צו אנלינקן), לאמיר יעצט גיבן אביסל מער פארן “אינסייד” כדי מען זאל נישט ברויכן אויפבייגן דעם ספר ווען מ’וויל לערנען דערין, לאמיר גיין מיט 0.75.

בליד’ס, איז אביסל ספעיס ארום די פאפיר, כדי צו קענען פרינטן ביז די עק און נישט מיט א ווייסע בארדער, לאמיר עס אנשטעלן אויף .25.

צו זעהן א פריוויו בשעת’ן אנשטעלן, דרוקט דעם פריוויו באקסל אינטן ביי די לינקע זייט.

נאכן אנשטעלן, אויב טראכט מען אז מ’וועט נוצן די זעלבע סעטטינגס פאר נאך ספרים, קען מען עס סעיוון אין גיבן א פריסעט נאמען.

אונזערע סעטטינגס
אונזערע סעטטינגס

יעצט קען מען שוין דרוקן OK. געגאנגען!

 

 

10+

קאפיטל ג’ | אנשטעלן די פרעפרענסעס 

פרעפרענסעס

קאפיטל ג’ | אנשטעלן די פרעפרענסעס

איידער מיר הייבן אן דעם נייעם בלאט, לאמיר קודם איבערגיין עטליכע פרעפרענסעס (גלאבאלע סעטטינגס) וואס וועט גרינגער מאכן די גאנצע ארומארבעטן אין אינדעזיין.

פרעפרענסעס קעסטל
פרעפרענסעס קעסטל

צום ערשטנס אנצוקומען צו די פרעפרענסעס (ברויך מען [נישט] גיין צו די עדיט מעניו און גיין צו פרעפרענסעס, אדער) דרוקט מען ctrl + k.

וועלמיר גיין אין א רייע;

  • אינטערפעיס

דא קען מען אנשטעלן ווי דארק און ווי לייט די פראגרעם זאל זיין.

  • ביי די type סעקשאן.

די ערשטע אפציע איז use typographer’s quotes, די אפציע מוז גלייך ווערן אנטשעקד, ווייל אויב בלייבט עס וועלן גאר אסאך קוואטס און אפאסטרעפיס (נישט מיין פעוועריט ווארט צו ספעלן) ווערן חרוב און פארטוישט און גארנישט וועט נישט העלפן (חוץ עטליכע פיינד – ריפלעיסעס).

דערנאך איז גוט אנצושטעלן די פאנט פריוויו פאר לארדזש, אזוי זעהט מען א שיינע פריוויו ביים אויסקלויבן פאנטס, ווי אויך איז גוט צו אריינלייגן די מאקסימום ריסענט פאנטס, (פארשטייט זיך אויב געווענליך נוצט מען מער ווייניגער די זעלבע פאנטס אין די פראדזשעקט).

אין די צווייטע חלק פין טייפ סעקשאן איז דא די אפציע וואס מ’זעהט געווענליך אין ווארד, אז ווען מ’סעלעקט א ווארט קען מען עס ארומשלעפן, דאס קען מען דא אנשטעלן ביים סעלעקטן דרעג ענד דראפ, ענעבל אין לעיאוט וויא.

  • עדווענסד טייפ.

ביי איינס פאר די לעצטע אפציע (שאו קערעקטער אלטערנעטס) איז גוט צו אנטשעקן, ווייל אז נישט פריזט די פראגרעם זייער שנעל.

  • קאמפאזישאן

דא געפונט זיך א מוראדיגע אפציע וואס מיר האבן נישט געוויסט ביז היינט,

די לעצטע אפציע פון טעקטרעפ איז אז די טעקטרעפ זאל נאר אפעקטירן די טעקסטבאקסעס וואס זענען דערינטער, ד.ה. אז אויב האט מען פארשידענע באקסעס מיט ווערטער למשל פּולקוואטס אדער ווערטער אויף א בילד, וואס געווענליך ברויך מען אנשטעלן “איגנאר טעקטרעפ”, ווידער אויב איז די אפציע אנגעצונדן ברויך מען נישט.

  • יוניטס און איקרימענטס

ביימיר שטעל איך אלעס אן צו אינטשעס (וועס מען קען, שטייציך).

ביי קיבארד אינקרימענטס, קען מען אנשטעלן וויפיל עס זאל גרעסער ווערן ווען מ’מאכט גרעסער דורך א שארטקאט.

  • גיידס און פעיסטבארד

איך שטעל אן די האריזאנטל מארדזשין צו א הויעכע נומער אזוי האב איך א ברייטע פעיסטבארד ווי צו לייגן בילדער און פעיסט וכדו’ בשעתן אויסשטעלן.

  • קליפבארד הענדלינג

ביי די צווייטע חלק איז גוט אנצושטעלן די ערשטע אפציע, אז ווען מ’פעיסט אריין טעקסט זאל עס מיטברענגען די סטייל וכו’, אזוי בלייבט די באלד, באלד אא”וו. צו פעיסטן טעקסט אן די פארמעטינג קען מען דריקן alt + ctrl + v.

דאס איז עס אויף יעצט, נאכן אנשטעלן די פאר סעטטינגס קעמיר זיך נעמען צום ספר אליינס!

 

19+

קאפיטל א’ | אינסטאלירן די פראגרעמס

לאמיר אנהייבן פון א’!

אינסטאלירן די פראגרעמס;

די בעסטע און גראדסטע וועג איז צו גיין צו אדאובי’ס וועבזייטל און קויפן א מעמבערשיפ, דאס ברויך מען באצאלן חודש’ליך.

דא קען מען זעהן אלע פלענס

די פראס זענען: מען ווערט כסדר אפדעיטעד מיט נייע פיטשערס וכדו’, מען קען נוצן טייפקיט פאנטס, ועל כולם די ק”ק (קריעטיוו קלאוד – אזוי ווערט אנגערופן די נייע ווערסיע פון די אדאובי עפפ’ס) לייברעריס וואס מען וועט זעהן די פראקטישקייט במשכ’ן ארטיקל, און אויך משום ועשית הישר והטוב.

נאר אזוי ווי עס קאסט ליידער אסאך געלט, קען מען גיין צו א לאקאלע טעקניקער און ער וועט עס לכאורה קענען אינסטאלירן איינמאל פאר אלעמאל. אדער קען מען קויפן א פריערדיגע ווערסיע, וואס איז נישט קיין מעמבערשיפ נאר אן איינמאליגע באצאלונג, אבער מיר וועלן רעדן פון “סי סי (קריעטיוו קלאוד)” וואס האט מער פיטשערס ווי די פריערדיגע ווערסיעס.

פאר א פאר טאג, קען מען האבן ביידע, די נייע אבער בחנם, אינ’ם ביזנעס וועלט ווערט עס אנגערופן “א פרי טרייעל”!…

די סדר וויאזוי עס ארבעט ווען מען קויפט איז, אז מען דאונלאוד די “קריעטיוו קלאוד” דעסקטאפ אפליקאציע, מען סיינט אריין, און פון דארט אינסטאלירט מען אלע פראגרעמס וואס מען וויל.

דאונלאוד די דעקסטאפ אפליקאציע
דאונלאוד די דעקסטאפ אפליקאציע
פון דא אינסטאלירט מען די פראגרעמס
פון דא אינסטאלירט מען די פראגרעמס

 

מ’ברויך זיכער מאכן פאר מען אינסטאלירט די פראגרעמס, אנצושטעלן דעם דעסקטאפ אפליקאציע, פאר היברו סופפארט, אויב האט מען שוין אינסטאלירט פראגרעמס פאר’ן אנשטעלן, וועט מען עס דארפן איבעראינסטאלירן נאכן אנשטעלן צו היברו.

אזוי שטעלט מען אן צו לשה"ק - אידיש
אזוי שטעלט מען אן צו לשה”ק – אידיש

איינמאל מען איז מסודר מיט’ן אינסטאלירן, קען מען גיין ווייטער, און זעהן אביסל וויאזוי די פראגרעם קוקט אויס פון אינעווייניג.

 

15+