קאפיטל א’ | אינסטאלירן די פראגרעמס

לאמיר אנהייבן פון א’!

אינסטאלירן די פראגרעמס;

די בעסטע און גראדסטע וועג איז צו גיין צו אדאובי’ס וועבזייטל און קויפן א מעמבערשיפ, דאס ברויך מען באצאלן חודש’ליך.

דא קען מען זעהן אלע פלענס

די פראס זענען: מען ווערט כסדר אפדעיטעד מיט נייע פיטשערס וכדו’, מען קען נוצן טייפקיט פאנטס, ועל כולם די ק”ק (קריעטיוו קלאוד – אזוי ווערט אנגערופן די נייע ווערסיע פון די אדאובי עפפ’ס) לייברעריס וואס מען וועט זעהן די פראקטישקייט במשכ’ן ארטיקל, און אויך משום ועשית הישר והטוב.

נאר אזוי ווי עס קאסט ליידער אסאך געלט, קען מען גיין צו א לאקאלע טעקניקער און ער וועט עס לכאורה קענען אינסטאלירן איינמאל פאר אלעמאל. אדער קען מען קויפן א פריערדיגע ווערסיע, וואס איז נישט קיין מעמבערשיפ נאר אן איינמאליגע באצאלונג, אבער מיר וועלן רעדן פון “סי סי (קריעטיוו קלאוד)” וואס האט מער פיטשערס ווי די פריערדיגע ווערסיעס.

פאר א פאר טאג, קען מען האבן ביידע, די נייע אבער בחנם, אינ’ם ביזנעס וועלט ווערט עס אנגערופן “א פרי טרייעל”!…

די סדר וויאזוי עס ארבעט ווען מען קויפט איז, אז מען דאונלאוד די “קריעטיוו קלאוד” דעסקטאפ אפליקאציע, מען סיינט אריין, און פון דארט אינסטאלירט מען אלע פראגרעמס וואס מען וויל.

דאונלאוד די דעקסטאפ אפליקאציע
דאונלאוד די דעקסטאפ אפליקאציע
פון דא אינסטאלירט מען די פראגרעמס
פון דא אינסטאלירט מען די פראגרעמס

 

מ’ברויך זיכער מאכן פאר מען אינסטאלירט די פראגרעמס, אנצושטעלן דעם דעסקטאפ אפליקאציע, פאר היברו סופפארט, אויב האט מען שוין אינסטאלירט פראגרעמס פאר’ן אנשטעלן, וועט מען עס דארפן איבעראינסטאלירן נאכן אנשטעלן צו היברו.

אזוי שטעלט מען אן צו לשה"ק - אידיש
אזוי שטעלט מען אן צו לשה”ק – אידיש

איינמאל מען איז מסודר מיט’ן אינסטאלירן, קען מען גיין ווייטער, און זעהן אביסל וויאזוי די פראגרעם קוקט אויס פון אינעווייניג.

 

15+

פארווארט

…ער דערוועקט זיך פלוצלונג, די קאפ קלאפט ווי מיט האמערס, עס וועגט ווי בליי, עס איז הארט ווי א שטיין, עס איז פארשטאפט ווי א ספאנדזש, די זון שיינט אריין אין זיין אויגן מיט א שטארקייט ער האט אפילו נישט קיין כח צו ריקן די פורהאנג, אפילו די פליגן און מאסקיטן ווייסן אז ער איז יעצט שוואך והא ראי’ זיי באזעצן זיך אויף זיינע אויערן איינע נאך די צווייטע… צוביסלעך האט ער זיך אנגעהויבן דערמאנען וואס ווען ווי…

די מעשה האט זיך אנגעהויבן עטליכע חדשים פריער, זיין טאטע אן ערנסטער תלמיד חכם האט זיך דערמאנט אין זיינע חידושים וואס הויפענען זיך אן אין קעלער, און ווערן נאר מער און מער פארשטויבט פון טאג צו טאג,

מען מוז אנהויבן זעהן תכלית האט אים זיין טאטע געזאגט, עס איז ממש א שאד פאר די וועלט אז זיי קענען נישט נהנה זיין פון די חידושים.

נו וואס זאל איך טון פרעגט ער דעם טאטן.

וואס הייסט וואס? גיב עס אריין צו איינעם אפצוטייפן און נאכדעם העמער ווייטער זעהן.

געזאגט און געטוען, נאך עטליכע טעג האבן אנגעהויבן אריינצושטראמען געדריקטע בלעטער אין אימעיל, אינאיינעם מיט געשוואלענע בילס…

מהאט זיך אנגעהויבן נאכפרעגן אויף דרוקערס, און אויסשטעלערס אבער דארטן איז מען געבליבן שטעקן, מהאט פשוט נישט געהאט די פאר דאלאר…

אבער פטור בלא כלום אי אפשר, מילא ווען מ’מיינט זיך, איז איין זאך, אבער מען קען נישט קארגן אויף יענעמס חשבון, די וועלט מוז דאך זען די חידושים, הייבט מען אן אליינס צו פראבירן עפעס טון, ווארד קען דאך יעדער, הייב מען זיך אן ארומצושפילן מ’פרעגט דעם און יענעם, וועלכע פאנט, ווי גרויס און ווי קליין אא”וו.

און דאס איז געווען נעכטן ביינאכט  ביז 4 אזייגער, מען האט געדארפט אריינברעגען א בילד און עס האט געהאלטן און איין טאנצן פון אויבן ביז אונטן און דערנאך צו א צווייטע בלאט, ביז ער איז אריינגעפאלן איז בעט אנע כח, פארצווייפלט, גענוג געפלאגט, שוין לאנג געהערט אז די קאמפיוטער איז די גרעסטע חורבן אפילו בגשמיות, שוין באקומען די לעקציע!

אע”כ האמיר באשלאסן אויסצוהערן די שטילע געשריי פון די פארווייטאגטע אידן און מיר וועלן פרובירן אביסל ארויסצוהעלפן

אויסצושטעלן ספרים אין וואר… אוי ניין… אין אינדעזיין.

פאר מתחילים (נישט נאר פאר זיי, נאר אפילו מתחילים וועלן פארשטיין…)

הצלחה רבה. לעטס גאו!

פרטים באים!


נ.ב. איך בין נישט די גרעסטע אינדעזיין טשעמפיאן, איך וועל פראבירן שרייבן וויפיל איך ווייס, אויב איינער האט סיי וואספארא הערה, הגה, הוספה, ווערט ער געבעטן צו שרייבן אין די קאממענטס, אדער שיקן א מעסעדזש דא. – א גרויסן ייש”כ

שטיצט אונז דורכן קויפן אויף עמעזאן מיט די לינק, ייש”כ

8+