איצטערט, אז מיר האבן שוין אנגעשטעלט אלע סעטטינגס און פרעפרענסעס, קעמיר זיך נעמען אביסל טינטיג מאכן די הענט און אנהייבן די עיקר ארבעט.
צום ערשטנס וועלמיר אייך גיבן א לינק צו א דאקומענט וואס מיר וועלן נוצן דורך אויס די לעקציע, כדי מיר זאלן שטיין אייניג.
מיר וועלן אויסשטעלן דעם הייליגן ספר “תומר דבורה”. (דאס האביך געטראפן).
קלארשטעלונג: די פאטנאטס זענען פאלש, עס איז נאר אריינגעלייגט געווארן כדי צו קענען ווייזן וויאזוי צו אויסשטעלן שיינע פאטנאטס אין אינדעזיין.
פיין. לאמיר אריינקליקן אינ’ם טעקסטבאקס און דרוקן ctrl + d וואס דאס מיינט “פלעיס“, עס וועט ארויפקומען א קעסטל מיט אלע פאלדערס וכו’, וועל אויס די פייל, אנשטאט דרוקן פלעין “אפען” האלט אן דעם Shift קנעפל בשעת’ן דרוקל אפען.
עס קען אים נעמען א מינוט צו כאפן ווי ער האלט, אבער יעצט וועט ארויפקומען א קעסטל פון “אימפארטירן אפציעס”.
צומערשט לאמיר אראפנעמען די טשעקס פון די אינדעקס, טעיבל אף קאנטענטס, ענדנאטס; און נאר לאזן די פאטנאטס אריינקומען.
די קעסטל פון טייפאגרעפערס קוואוטס מוז ווערן אראפגענומען.
די איבריגע איז מער ווייניגער מסודר.
OK
(אויב ווילמען קען מען סעיוון די אפציעס אלס א פריסעט)
יעצט וועט אינדעזיין אנהייבן צו פראסעסן אלע טעקסט, דערנאך וועט זיך אלעס באווייזן מיט אלע סטיילס און פארמעטטינג פון ווארד; אינדעזיין וועט אויטאמאטיש צולייגן גענוג בלעטער אלעס זאל אריינפיטן.