קאפיטל י”ב | הערות | פוטנאטס

יעצט אז די עיקר ספר האט שוין א צורה, לאמיר גיין צו די הערות (ווערט אויך גערופן “פוטנאטס”).
מיר ווילן נאכאמאל קלארשטעלן אז די טעקסט פון די הערות וואס מיר נוצן דא, קומט נישט פון די ספר, נאר עס איז פלעיסהאלדער טעקסט וואס אינדעזיין שטעלט צו, צו באקומען אזעלכע ווערטער, רייט קליק און וועל אויס “fill with placeholder text”.

קערעקטער סטייל פאר פוטנאט רעפערענס
קערעקטער סטייל פאר פוטנאט רעפערענס

צו האבן שיינע פוטנאטס האבן מיר א שיינע ליסטע פון זאכן וואס מיר דארפן סטיילן:
די טעקסט, די רעפערענס – (די אותיות וואס צייכענען צי צווישן די ווערטער ווי עס איז דא א הערה), די אותיות פון די פוטנאטס וואס איז בעפאר יעדע פוטנאט, די צווישן שיידער צווישן די עיקר ספר און די הערות.

לאמיר אנהייבן מיט די פוטנאטס אליינס,
די ערשטע זאך לאמיר מאכן א שיינע סטייל פאר די פוטנאטס, מיט א שיינע דינע פאנט, און די סייז זאל זיין היפש קלענער פון די מעין טעקסט. מיר וועלן נוצן fb frankreal light פאר די טעקסט סייז 10, לאמיר שוין אויך מאכן א סטייל פאר די אות ד.מ. א נעסטעד סטייל פאר די ערשטע ווארט, די סטייל זאל זיין באלד up to איין ווארט.

פאר מיר גייען טוישן די סטייל פון אלע פוטנאטס, לאמיר עס קודם אויספראבירן.

סעמפל פוטנאט סטייל
סעמפל פוטנאט סטייל

פאר מיר גייען ווייטער לאמיר מאכן א סטייל פאר די פוטנאט רעפערענס, עס זאל האבן א דינע פאנט, און די פאזישן זאל זיין סופערסקריפט וואס דאס מאכט עס קליין און לייגט אויס אויבן פון די שורה.

טיפ: ביים אויספראבירן סיי וואס אין א לאנגע דאקומענט איז אלס גוט צו גיין צום לעצטן שטיקל און דארט אויספראבירן אז נישט אויב איז עס א שווערע טעסק וועט נעמען א שטיק צייט בין אינדעזיין פראסעסט איבער די גאנצע דאקומענט.

אצינד אז עס קוקט אויס גוט קען מען עס אפעלירן צו אלע פוטנאטס, גיימיר צום type מעניו > Document Footnote Options קומט ארויף א נייע ווינדאו מיט צוויי טעבס, לאמיר גיין אין א סדר, קודם לאמיר טוישן פון נומערן צו אותיות, ביי סטייל וועל אויס Hebrew Biblical Standart יעצט גיימיר צו Formatting פאר די רעפערענס האבן מיר געמאכט א ספעציעלן סטייל, און מיר קענען עס דא אנשטעלן. (הגם דא איז אנגעשטעלט סופערסקריפט, האבן מיר עס נאכאלץ עקסטער אנגעשטעלט אין די סטייל, ווייל אויב קלערט מען די אוועררייטס פון די פאראגראף פאלט אראפ די סופערסקריפט, משא״כ אויב האט עס א קערעקטער סטייל געווינט עס איבער די פאראגראף סטייל), פאר די פוטנאטס אליין לאמיר אויסוועלן די פערעגרעף סטייל וואס מיר האבן פריער געמאכט, פאר די סעפערעטער, ד.מ. די ספעיס צווישן די נומער און די טעקסט (אין די פוטנאט אליין) לאמיר לייגן א פינטל מיט צוויי ספעיסעס, לאמיר פאר יעצט דרוקן ״אקעי״ און זען וואס געשעט.

פוטנאט אפציעס - סטייל
פוטנאט אפציעס – סטייל

היידא! פנים חדשות באו לכאן.

יעצט דארף מען נאר פארעכטן אביסל די ספעסינג, לאמיר צוריקגיין צו די פוטנאט סעטטינגס, יעצט לאמיר גיין צום צווייטן טעב “Layout”.
די ערשטע אפציע וואס מיר באגעגענען איז מער פון די נייערע אפציעס, דאס איז גאר א וויכטיגער און שטארקער דורכברוך, עס קומט צונוץ ווען די טעקסט פון די ספר איז צוטיילט אין צוויי קאלומס, וואס אמאל פלעגט אין אזא פאל די פוטנאטס פון יעדע קאלום ליגן באזונדער אונטער זיין קאלום, און ספלעגט אויסקומען אויף איין בלאט איין קאלום מיט אסאך פוטנאטס און די צווייטע מיט ווייניג, ס׳איז געווען חלשות… מען האט געדאפט נוצן פלאגאינס און אנדערע תחבולות עס צו מסדר זיין, אבער יעצט אויב מאכט מען א טשעק ביי די אפציע, וועלן די פאטנאטס זיין איין קאלום און לויפן גלייך אונטער אלע קאלומס, אפי׳ ווען די מעין טעקסט איז צוטיילט אין עטליכע קאלומס.

יעצט קען מען פארעכטן אביסל די ספעיסינג, קודם לאמיר לייגן אזא האלבע אינטש ספעס פאר די פוטנאטס (אויב ווילן מיר שפעטער לייגן א שיין שטיקל ״ ~ ~ הערות והארות ~ ~״ זאל זיין ווי. און די ספעיס צווישן די פוטנאטס בערך 0.625, ביי Placement Options לאמיר לאזן די פוטנאטס זיך צו צוטיילן עס זאל זיך נישט מוזן ענדיגן די פוטנאטס אויף זעלבן דף.

פוטנאט אפציעס - ספעיסינג
פוטנאט אפציעס – ספעיסינג

פאר די ליניע צווישן די טעקסט און די פוטנאטס לאמיר עס יעצט לאזן ליידיג. און לאמיר עס לאזן ביי דעם.

ב"ה שיין אויסגעקומען
ב”ה שיין אויסגעקומען

טיפ: ווען מען טוישט סיי וואסערע סעטינג – סטייל אויף א גרויסע דאקומענט איז נישט גוט אנצושטעלן דעם פריוויו, עס וועט נעמען צייט יעדע קליינע טויש.

11+