א גוטן, נאכן נעמען א שטיקל חול המועד, לאמיר זיך צוריקקערן צו אונזער שיעור:
לאמיר קודם גיין מיטן צווייטן מהלך, די מהלך פון Drop Caps.
ווען מען גייט מיט די מהלך וועט מען דארפן האבן אן עקסטערן סטייל פאר יעדן מספר פון אותיות, דהיינו א ווארט פון 4 אותיות וועט האבן א עקסטערן סטייל פון א ווארט פון 5 אותיות.
לאמיר אריינדרוקן אינם ערשטן פערעגרעף, און מאכן א קאפי פונם פערעגרעף סטייל, העמיר אים גיבן א נאמען dropwords, לאמיר עפענען די סטייל, גיין צו Drop Caps and Nested Styles טעב און גיבן א DropCap פון הויעך צוויי שורות, אותיות, לאמיר דרוקן ארויף אפאר מאל ביז מ’זעהט אז די גאנצע ערשטע ווארט פונם שטיקל איז גרויס געווארן (אויב זעהט מען נישט לייוו, איז א סימן אז די לייוו Checkbox אונטן ביי די לינקע זייט פונם קעסטל, איז אויסגעלאשן, צינד עס ביטע אן) נאכדעם דרוקט מען נאך איינמאל דעם ארויף קנעפל, כדי צוצולייגן אויך דעם ספעס נאכן ווארט.
יעצט דארף מען פארקלענערן דאס ריזיג ווארט און אים ארויף רוקן ער זאל זיין גלייך מיטן ערשטן שורה, לאמיר בלייבן אינם דראפקעפ קעסטל און דרוקן אויף די קערעקטער סטייל dropdown און סעלעקטירן New Character Style, לאמיר אים רופן dropwords און דרוקן Ok עטליכע מאל ביז אלעס איז פארמאכט.
יעצט לאמיר עפענען דעם dropword – Character Style און מאכן זיכער אז די פריוויו איז אנגעצינדן, לאמיר פארקלענערן די סייז, ביז עס קוקט אויס גלייך צו די אנדערע, לאמיר אים אויך מאכן באלד, יעצט לאמיר גיין צום Advanced Cahracter Format און ארויפרוקן דעם Baseline Shift א שיינע פאר נומערן, ביז מען דערזעט זיך מיט אן הערליכן חלון!
יעצט דארף מען פשוט מאכן אסאך פערעגרעף סטיילס פאר יעדע סכום אותיות (נקודות זענען אויך אותיות, און דאס מאכט אביסל שווער צו ציילן) און אפלייען די סטייל שטיקל ביי שטיקל…
מען קען זיך אביסל גרינגער מאכן, דורך צולייגן א שארטקאט, למשל Ctrl + 1 די 1 פון די זייטיגע פעד, נישט פון די אויבערשטע נומערן, און מאכן לפי סדר; א שטיקל מיט 5 אותיות זאל זיין CTRL +5 וכו’ וכו’, נישט פארגעסן צו אינקלודן די נעקסטע ספעיס.
די פראבלעים פון די מהלך איז זייער קלאר: עס וועט נעמען עטליכע וואכן מיט אסאך מאטרין, צו גיין שטיקל ביי שטיקל, הגם עס איז דא א טריק דערצו, נוצן מיר די מהלך נאר ביי קליינע ברכות’לעך וכדו’ וואס מען דארף נאר צוויי דריי חלונות, אבער אוודאי נישט ביי קיין ספרים.
ס׳איז דא פאר דעם א סקריפט וואס וועט אוטומאטיש מאכן א dropcaps אויף יעדע פערעגרעף אויף די ערשטע ווארט מיט די ספעיס נאכדעם.
לינק צום סקריפט:
https://www.newgraphdesign.com/product-page/%D7%97%D7%9C%D7%95%D7%9F